Langue   

ניט קײן ראָזינקעס, ניט קײן מאַנדלען - לולינקע

Yeshayahu Shpigl [Isaiah Spiegel] / אישיהו שפּיגל
Langue: yiddish




ניט קײן ראָזינקעס, ניט קײן מאַנדלען,
דער טאַטע איז ניט געפֿאָרן האַנדלען,
לולינקע מײַן זון.

ער האָט פֿאַרלאָזט אונדז און אַװעק
װוּ די װעלט האָט נאָר אַן עק
לולינקע מײַן זון

שרײַען סאָװעס, שװױענ װעלף,
גאָט, דערבאַרעם זיך און העלף
לולינקע מײַן זון

ערגעץ שטײט ער און ער װאַכט,
מאַנדלען, ראָזינקעס אַ סך
לולינקע מײַן זון

ניט קײן ראָזינקעס, ניט קײן מאַנדלען,
דער טאַטע איז ניט געפֿאָרן האַנדלען,
לולינקע מײַן זון

קומען רבֿת אױף זיכער שױן,
זען דיך, קינד, מײַן אײנציק קרױן,
לולינקע מײַן זון.



Page principale CCG

indiquer les éventuelles erreurs dans les textes ou dans les commentaires antiwarsongs@gmail.com




hosted by inventati.org