זאָג ניט קײנמאָל
Hirsh Glik / הירש גליקOriginale | La versione ceca di J. Kraus |
זאָג ניט קײנמאָל | ZPĚV PARTYZÁNŮ Z GHETTA |
זאָג ניט קיינמאָל אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג, כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלאָע טעג ; ווײַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה – עס וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זײַנען דאָ! ווײַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה – עס וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זײַנען דאָ! | Nemysli, že jdeš cestou poslední, když těžké nebe skrývá modro dní, neb ještě přijde chvíle našich snů, a naše kroky zaduní: Jsme tu! |
פֿון גרינעם פּאַלמען־לאַנד ביז לאַנד פֿון ווייַטן שניי, מיר קומען אָן מיט אונדזער פּײַן, מיט אונדזער וויי. און וווּ געפֿאַלן ס'איז אַ שפּריץ פֿון אונדזער בלוט, ס'וועט אַ שפּראָץ דאָרט אונדזער גבֿורה אונדזער מוט. און וווּ געפֿאַלן ס'איז אַ שפּריץ פֿון אונדזער בלוט, ס'וועט אַ שפּראָץ דאָרט אונדזער גבֿורה אונדזער מוט. | Od zemí palem po severský mraz jsme tu, a je v nás trýzeň, žal je v nás. Na půdě, jež se naší krví tmí, vykvete ještě naše hrdinství. |
ס´וועט די מאָרגן-זון באַגילדן אונדז דעם הײַנט, און דער נעכטן וועט פֿאַרשווינדן מיטן פֿײַנט, און אויב פֿאַרזאַמען וועט די זון אין דעם קאַיאָר – ווי אַ פּאַראָל זאָל גיין דאָס ליד פֿון דור צו דור. און אויב פֿאַרזאַמען וועט די זון אין דעם קאַיאָר – ווי אַ פּאַראָל זאָל גיין דאָס ליד פֿון דור צו דור. | Nám jitřní slunce dnešek pozlatí, s včerejškem nepřítel se vytratí, a zpěv náš bude, zpozdí-li se svit, od pokolení k pokolení znít. |
דאָס ליד געשריבן איז מיט בלוט און ניט מיט בלײַ, ס´איז ניט קיין ליד פֿון אַ פֿויגל אויף דער פֿרײַ. דאָס האָט אַ פֿאָלק צווישן פֿאַלנדיקע ווענט, דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט. דאָס האָט אַ פֿאָלק צווישן פֿאַלנדיקע ווענט, דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט. | Nepsal jej inkoust, napsala jej krev, to není svobodného ptáka zpěv, s puškami v ruce jeden národ jen jej zpíval v hrůze řítících se stěn. |
טאָ זאָג ניט קיינמאָל אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג, כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלאָע טעג. ווײַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה – עס וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זײַנען דאָ! ווײַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה – עס וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זײַנען דאָ! | Neříkej, že jdeš cestou poslední, když těžké nebe skrývá modro dní, neb ještě přijde chvíle našich snů, a naše kroky zaduní: Jsme tu! |