צום װינטער, אָדער אַ װינטער־ליד, אָדער הוליעט, הוליעט בײזע װינטן
Avrom Reyzen [Abraham Reisen] / אברהם רױזעןLa trascrizione in caratteri latini, da Yidlid: | |
צום װינטער, אָדער אַ װינטער־ליד, אָדער הוליעט, הוליעט בײזע װינטן | TSUM VINTER, oderA VINTER-LID, oder HULYET, HULYET BEYZE VINTN |
הוליעט, הוליעט בייזע ווינטן, פֿרײַ באַהערשט די וועלט! ברעכט די צווײַגן, וואַרפֿט די ביימער, טוט וואָס אײַך געפֿעלט! | Hulyet, hulyet beyze vintn, Fray bahersht di velt. Brekht di tsvaygn, varft di beymer, Tut vos aykh gefelt. |
טרײַבט די פֿייגל פֿון די וועלדער און פֿאַריאָגט זיי פֿאָרט; די וואָס קענען ווײַט נישט פֿליִען, — טייט זיי אויפֿן אָרט! | Traybt di feygl fun di velder un faryogt zey fort; di vos kenen vayt nisht flien, teyt zey oyfn ort! |
רײַסט די לאָדןס פֿון די פֿענצטער, שויבן ברעכט אַרויס! ברענט אַ ליכטל ערגעץ טונקל, — לעשט מיט צאָרן אויס! | Rayst di lodns fun di hayzer, Shoybn brekht aroys. Shaynt a likhtl ergets tunkl, Lesht mit tsorn oys! |
הוליעט, הוליעט בייזע ווינטן, איצט איז אײַער צײַט! לאַנג וועט דויערן דער ווינטער, זומער איז נאָך ווײַט!… | Hulyet, hulyet beyze vintn, Itst iz ayer tsayt. Lang vet doyern der vinter, Zumer iz nokh vayt! |