Language   

מײַן שװעסטער חיה מיט די גרינע אױגן

The Klezmatics
Back to the song page with all the versions


OriginalVersione italiana di Marisa
מײַן שװעסטער חיה מיט די גרינע אױגןMIA SORELLA KHAYE CON GLI OCCHI VERDI
  
מײַן שװעסטער חיה מיט די גרינע אױגן,Mia sorella Khaye con gli occhi verdi
מײַן שװעסטער חיה מיט די שװאַרצע צעפּ ־Mia sorella Khaye con le trecce nere
די שװעסטער חיה, װאָס האָט מיך דערצױגןMia sorella Khaye era lei che mi rialzava .
אױף סמאָטשע־גאַס, אין הױז מיט קרומע טרעפּ.nella casa in via Smotshe quando cadevo a ogni passo
  
די מאַמע איז אַװעק פֿון שטוב באַגינען,La mamma usciva di casa all’alba
װען אױפֿן הימל האָט ערשט קױם געהעלט.quando c’era poca luce in cielo.
זי איז אַװעק אין קראָם אַרײַן פֿאַרדינעןAndava al negozio per guadagnare
דאָס בידנע־דראָבנע גראָשעדיקע געלט.in cambio di un misero penny .
  
און חיה איז געבליבן מיט די ברידער,E Khaye rimaneva con i bambini,
און זי האָט זײ געקאָרמעט און געהיט.li alimentava e sorvegliava.
און זי פֿלעגט זינגען זײ די שײנע לידער,e quando la sera erano stanchi,
פֿאַר נאַכט, װען קלײנע קינדער װערן מיד.cantava loro belle canzoni.
  
מײַן שװעסטער חיה מיט די גרינע אױגן,Mia sorella Khaye con glii occhi verdi
מײַן שװעסטער חיה מיט די לאַנגע האָר ־Mia sorella Khaye con icapelli lunghi
די שװעסטער חיה, װאָס האָט מיך דערצױגן,era lei mi che mi prendeva in braccio,
איז נאָך נישט אַלט געװען קײן צענדלינג יאָר.non aveva nemmeno dieci anni.
  
זי האָט גערױמט, געקאָכט, דערלאַנגט דאָס עסן,Ha pulito e cucinato e servito il cibo,
זי האָט געצװאָגן אונדז זי קלײנע קעפּ.ha lavato le nostre piccole teste,
נאָר שפּילן זיך מיט אונדז האָט זי פֿאַרגעסן ־e non ha mai dimenticato di farci giocare
די שװעסטער חיה מיט די שװאַרצע צעפּ.mia sorella Khaycon, le trecce nere.
  
מײַן שװעסטער חיה מיט די אױגן גרינע,Mia sorella Khaye con gli occhi verdi
אַ דײַטש האָט אין טרעבלינקע זי פֿאַרברענט.è stata bruciata da un tedesco a Treblinka.
און איך בין אין דער ייִדישע מדינהed io nel mondo ebraico,
דער סאַמע לעצטער, װאָס האָט זי געקענט.sono l’ultimo che l’ha conosciuta.
  
פֿאַר איר שרײַב איך אױף ייִדיש מײַנע לידערÈ per lei che scrivo le mie poesie in Yiddish
אין טעג די שרעקלעכע פֿון אונדזער צײַט.In questi giorni terribili dei nostri tempi.
בײַ גאָט אַלײן איז זי אַ בת־יחידה ־Per Dio stesso è l'unica figlia,
אין הימל זיצט זי בײַ זײַן רעכטער זײַט.lei siede in cielo alla sua destra.


Back to the song page with all the versions

Main Page

Note for non-Italian users: Sorry, though the interface of this website is translated into English, most commentaries and biographies are in Italian and/or in other languages like French, German, Spanish, Russian etc.




hosted by inventati.org