Originale | La trascrizione in caratteri latini, da zemerl.com
|
ישׂראליק | YISROLIK |
| |
נו קויפֿט־זשע פּאַפּיראָסן, | Nu koyft-zhe papirosn, |
נו קויפֿט־זשע סאַכאַרין! | nu koyft-zhe sakharin |
געוואָרן איז הײַנט סחורה ביליק ווערט: | Gevorn iz hant s'khoyre bilig vert: |
אַ לעבן פֿאַר אַ גראָשן, | A lebn far a groshn, |
אַ פּרוטה, אַ פֿאַרדינסט ־־־ | a prute - a fardinst --- |
פֿון געטאָ־הענדלער האָט איר דאָך געהערט. | Fun geto-hendler, hot ir dokh gehert |
| |
כ'הייס ישׂראליק, כ'בין אַ קינד פֿון געטאָ. | Kh'kheys Yisrolik, ich bin dos kid fun geto |
כ'הייס ישׂראליק, אַ הפֿקרדיקער יונג. | kh'kheys Yisrolik, a hefkerdiker yung |
כאָטש פֿאַרבליבן גאָלע נעטאָ, | Khotsh farlibn gole neto |
דערלאַנג איך אַלץ נאָך ־־־ | Derlang ikh alts nokh |
אַ סווישטשע און אַ זונג! | a sviftsh un a zung! |
| |
אַ מאַנטל אָן אַ קראַגן, | A mantl on a kragn, |
תּחתּונים פֿון אַ זאַק, | takhtoynim fun a zak |
קאַלאָשן האָב איך ־־־ ס'פֿעלן נאָר די שיך. | Kaloshn hob ikh, s'feln nor di shikh |
און ווער עס וועט נאָר וואַגן | Un ver es vet nor vagn |
צו לאַכן, אוי, אַ סך ־־־ | tsu lachn oy, a sakh |
דעם וועל איך נאָך ווײַזן ווער בין איך! | Dem vel ich nokh vayzen ver bin ikh |
| |
כ'הייס ישׂראליק, כ'בין אַ קינד פֿון געטאָ. | Kh'kheys Yisrolik, ich bin dos kid fun geto |
כ'הייס ישׂראליק, אַ הפֿקרדיקער יונג. | Kh'kheys Yisrolik, a hefkerdiker yung |
כאָטש פֿאַרבליבן גאָלע נעטאָ, | Khotsh farlibn gole neto |
דערלאַנג איך אַלץ נאָך ־־־ | Der lang ich altst nokh |
אַ סווישטשע און אַ זונג! | a sviftsh un a zung! |
| |
ניט מיינט מיך האָט געבאָרן | Nit meint mikh hot geborn |
די הפֿקרדיקע גאַס, | di hefkerdike gas |
בײַ טאַטע־מאַמע אויך געווען אַ קינד. | Bay tate-mame oych geven a kind |
כ'האָב ביידע אָנגעוואָרן, | Kh'hob beydn on gevoyrn, |
ניט מיינט עס איז אַ שפּאַס! | nit mayntes iz a shpas |
כ'בין געבליבן, ווי אין פֿעלד דער ווינט. | Kh'bin geblibn vi in feld der vint |
| |
כ'הייס ישׂראליק, | Kh'kheys Yisrolik, |
נאָר ווען קיינער זעט ניט, | nor ven keyner zet nit |
וויש איך שטיל פֿון אויג אַראָפּ אַ טרער. | Vish ich shtil zikh fun oyg arop a trer |
נאָר פֿון מײַן טרויער | Nor vun maynt troyer- |
בעסער אַז מען רעדט ניט, | baser oz men redt nit |
צו וואָס דערמאָנען און מאַכן ס'האַרץ זיך שווער? | Tsu vos dermanen un makhn s'harts zikh shver? |