דער דריטער פאָגראָם
Yitsik Fleysher / יצחיק פֿלײשער
Original | Trascrizione secondo criteri correnti |
דער דריטער פאָגראָם | DER DRITER POGROM |
ליג איך אױף דעם קאלטען בױדעם, | Lig ik oyf dem kalten boydem, [1] |
ליג איך שפעט בײ נאכט; | lig ikh shpet bay nakht; |
נישט געגעסען, נישט געטרונקען, | nisht gegesen, nisht getrunken, |
ליג איך דאָ פארטראכט. | lig ikh do fartrakht. |
די ברידער דערשאָסען, די שװעסטער פארלױרען, | Di brider dershosen, di shvester farloyren, |
ארים בין איך װי די נאכט; | arim [2] bin ikh vi di nakht; |
דעם טאטן פארנאָמען האָט די געסטאפאָ - | dem taten farnomen hot di Gestapo - |
דרײ פאָגראָמען שױן געמאַכט. | dray pogromen shoyn gemakht. |
דער טױט האָט אלץ אװעקגענאָמען, | Der toyt hot alts avekgenomen, |
און מיר געלאָסט אלײן. | un mir gelost aleyn. |
און הײנט ליג איך אױף דעם בױדעם, | Un haynt lig ikh oyf dem boydem, |
ליג איך און איך װײן. | lig ikh un ikh veyn. |
צי בין איך פון א שטײן געבױרען? | Tsi bin ikh fun a shteyn geboyrn? |
צי האָט מיך קײן מאמע געהאט? | Tsi hot mir keyn mame gehat? |
פאר װאָס קומט מיר אזױ לעבען? | Far vos kumt mir azoy lebn? |
פאר װאָס האָב איך דערלעבט די זאט? | Far vos hot ikh derlebt di zat? |
געהאט א מאָל א שטיב א סאטע, | Gehat a mol a shtib a sate, |
װארט ליכטער און ברידער ארום זיך | vart likhter un brider arum zikh |
און הײנט ליג איך אױף דעם בױדעם, | un haynt lig ikh oyf dem boydem, |
ליג איך און איך װײן. | lig ikh un ikh veyn. |
אױ אױ ברידערלאך! אױ אױ שװעסטערלאך! | Oy oy briderlakh! Oy oy shvesterlakh! [3] |
װו איז אײער געבײן? | Vu iz ayer gebeyn? |
ס'איז קאלט צו ליגען, ס'איז שװער צו לעגען, | S'iz kalt tsu ligen, s'iz shver tsu leben, |
ליג איך און איך װײ. | lig ikh un ikh veyn. |
[2] אָרעם orem
[3] ברידערלעך, שװעסטערלעך briderlekh, shvesterlekh