Langue   

פּאַפּיראָסן

Herman Yablokof [Herman Yablokoff] / הערמאַן יאַבלאָקאָף
Page de la chanson avec toutes les versions


OriginaleDi Broyt Farkoyferin [די ברױט־פֿאַרקױפֿערין]
פּאַפּיראָסן

אַ קאַלטע נאַכט אַ נעפּלדיקע פֿינצטער אומעטום
שטײט אַ ייִנגעלע פֿאַרטרױערט און קוקט זיך אַרום
פֿון רעגן שיצט אים נאָר אַ וואַנט
אַ קאָשיקל האַלט ער אין האַנט
און זײַנע אױגן בעטן יעדן שטום
איך האָב שױן ניט קײן כּוח מער אַרומצוגײן אין גאַס
הונגעריק און אָפּגעריסן פֿון דעם רעגן נאַס
איך שלעפּ אַרום זיך פֿון באַגינען
קײנער גיט נישט צו פֿאַרדינען
אַלע לאַכן מאַכן פֿון מיר שפּאַס

קופּיטיע קױפֿט זשע קױפֿט זשע פּאַפּיראָסן
טרוקענע פֿון רעגן נישט פֿאַרגאָסן
‫קױפֿט זשע ביליק בנאמנות‬
קױפֿט און האָט אױף מיר רחמנות
ראַטעוועט פֿון הונגער מיך אַצינד
קופּיטיע קױפֿט זשע שוועבעלאַך אַנטיקן
דערמיט ווערט איר אַ ‫יתומל דערקוויקן
אומזיסט מײַן שרײַען און מײַן לױפֿן
קײנער וויל בײַ מיר ניט קױפֿן
אױסגײן וועל איך מוזן ווי אַ הונט

מײַן טאַטע אין מלחמה האָט פֿאַרלױרן זײַנע הענט
מײַן מאַמע האָט די צרות מער אױסהאַלטן נישט געקענט
יונג אין קבֿר זי געטריבן
בין איך אױף דער וועלט פֿאַרבליבן
אומגליקלעך און עלנט ווי אַ שטײן
ברעקלעך קלײַב איך אױף צום עסן אױף דעם אַלטן מאַרק
אַ האַרטע באַנק איז מײַן געלעגער אין דעם קאַלטן פּאַרק
אין דערצו די פּאָליציאַנטן
שלאָגן מיך מיט שווערן קאַנטן
ס העלפֿט ניט מײַן בעטן מײַן געווײן

קופּיטיע קױפֿט זשע קױפֿט זשע פּאַפּיראָסן
טרוקענע פֿון רעגן נישט פֿאַרגאָסן
‫קױפֿט זשע ביליק בנאמנות‬
קױפֿט און האָט אױף מיר רחמנות
ראַטעוועט פֿון הונגער מיך אַצינד
קופּיטיע קױפֿט זשע שוועבעלאַך אַנטיקן
דערמיט ווערט איר אַ ‫יתומל דערקוויקן
אומזיסט מײַן שרײַען און מײַן לױפֿן
קײנער וויל בײַ מיר ניט קױפֿן
אױסגײן וועל איך מוזן ווי אַ הונט

איך האָב געהאַט אַ שוועסטערל אַ קינד פֿון דער נאַטור
מיט מיר צוזאַמען זיך געשלעפּט האָט זי אַ גאַנצן יאָר
מיט איר געווען איז מיר פֿיל גרינגער
לײַכטער ווערן פֿלעגט דער הונגער
ווען איך פֿלעג אַ קוק טאָן נאָר אױף איר
מיטאַמאָל געוואָרן איז זי שוואַך און זײער קראַנק
אױף מײַנע הענט איז זי געשטאָרבן אױף אַ גאַסן באַנק
און אַז איך האָב זי פֿאַרלױרן
האָב איך אַלץ אָנגעווױרן
זאָל דער טױט שױן קומען אױך צו מיר

קופּיטיע קױפֿט זשע קױפֿט זשע פּאַפּיראָסן
טרוקענע פֿון רעגן נישט פֿאַרגאָסן
‫קױפֿט זשע ביליק בנאמנות‬
קױפֿט און האָט אױף מיר רחמנות
ראַטעוועט פֿון הונגער מיך אַצינד
קופּיטיע קױפֿט זשע שוועבעלאַך אַנטיקן
דערמיט ווערט איר אַ ‫יתומל דערקוויקן
אומזיסט מײַן שרײַען און מײַן לױפֿן
קײנער וויל בײַ מיר ניט קױפֿן
אױסגײן וועל איך מוזן ווי אַ הונט
[1] די ברױט־פֿאַרקױפֿערין

אין דרױסן איז אַ טריבער טאָג,
אַ װינט, ס'איז קאַלט און נאָס,
עס גיסט אַ רעגן װי אַ טבול,
שטיל און פּיסט אין גאָס.
נאָר אין װינקל פֿון אַ טױער,
נעבן אַ פֿאַרמאַכטן מױער
שטײט זיך איטקע אײנגעבײגט.

קױפֿט בײַ מיר אַ פֿרישער שיטקע:
איר קענט מיך ניט, איך בין די שױנע איטקע
קױפֿט בײַ מיר אַ לוקסוסאָװע,
כ'בין דאָך איטקע פֿון טאַרגאָװע,
ס'האָט ניט מיך געקאָכט אַ גאַנצע װעלט,
זעט, מײן לעבן װערט פֿאַרלאָרן -
גיט מיר צו פֿאַרדינען אַ ביסל גראָשן,
כ'שטײ אַזױ שױן פֿון באַגינען,
קײנער גיט ניט צו פֿאַרדינען,
שטערבן כ'װעל פֿון הונגער און פֿון נױט.

שנעל, מען לױפֿט פֿאַרבײַ, מען װאַרפּט
צום קײשל ברױט אַ בליק
דער װאָס גײט פֿון דאָרט אַװעק -,
דער קומט ערין ניט צוריק.
איטקעס אױגן בעטן, רופֿן:
כ'װיל אַ ברױטל אײך פּאַרקױפֿן.
כ'װיל אױך עסן, ס'הונגערט מיך און דריקט.

קױפֿט בײַ מיר אַ פֿרישער שיטקע:
איר קענט מיך ניט, איך בין די שױנע איטקע
קױפֿט בײַ מיר אַ לוקסוסאָװע,
כ'בין דאָך איטקע פֿון טאַרגאָװע,
ס'האָט ניט מיך געקאָכט אַ גאַנצע װעלט,
זעט, מײן לעבן װערט פֿאַרלאָרן -
גיט מיר צו פֿאַרדינען אַ ביסל גראָשן,
כ'שטײ אַזױ שױן פֿון באַגינען,
קײנער גיט ניט צו פֿאַרדינען,
שטערבן כ'װעל פֿון הונגער און פֿון נױט.


[1] DI BROYT-FARKOYFERIN

In droysn iz a triber tog,
a vint, s'iz kalt un nos,
es gist a regn vi a tbul,
shtil un pist in gos.
Nor in vinkl fun a toyer,
nebn a farmakhtn moyer
shteyt zikh Itke ayngebeygt.

Koyft bay mir a frisher shitke:
ir kent nit mikh, ikh bin di shoyne Itke
koyft bay mir a luksusove,
kh'bin dokh Itke fun Targove,
s'hot nit mikh gekokht a gantse velt,
zet, mayn lebn vert farlorn -
git mir tsu fardinen a bisl groshn,
kh'shtey azoy shoyn fun baginen,
kayner git nit tsu fardinen,
shterbn kh'vel fun hunger un fun noyt.

Shnel, men loyft farbay, men varft
tsum keyshl broyt a blik,
der vos geyt fun dort avek -
der kumt erin nit tsurik.
Itkes oygn betn, rufn:
kh'vil a broytl aykh farkoyfn,
kh'vil esn, s'hungert mikh un drikt.

Koyft bay mir a frisher shitke:
ir kent nit mikh, ikh bin di shoyne Itke
koyft bay mir a luksusove,
kh'bin dokh Itke fun Targove,
s'hot nit mikh gekokht a gantse velt,
zet, mayn lebn vert farlorn -
git mir tsu fardinen a bisl groshn,
kh'shtey azoy shoyn fun baginen,
kayner git nit tsu fardinen,
shterbn kh'vel fun hunger un fun noyt.


Page de la chanson avec toutes les versions

Page principale CCG


hosted by inventati.org