Lingua   

רומקאָװסקי חײם

Yankele Hershkovits [Yankele Hershkowitz] / יאַנקעלע הערשקאָװיץ
Pagina della canzone con tutte le versioni


OriginaleStrofa aggiuntiva raccolta da Yaakov Flam. Secondo Frenkiel (1986)...
רומקאָװסקי חײם

ייִדעלעך זײַנען געבענטשט מיט חײם,
חײם לעולם מװת,
חײם פֿון בית החײם,
רומלאָװסקי חײם מיט זײַן גרױסן נס.
ער מאַכט דיך נסים אױ,
יעדן טאָג אַזױ,
געװאַלד צו שרײַען, אױ, אױ, אױ,
יעדער אײַנער פֿרײגט:
אַ צװײַטע שאלה, אױ,
זאָגט ער חײם 'ס איז גוט אַזױ!

װײַל ער איז אונדזער חײם,
ער געט אונדז קלײַען,
ער געט אונדז גרױפּן,
ער געט אונדז מן.
פֿאַרצײַטנס האַבן די מידבר ייִדן געגעסן מן,
הײַנט עסט שױן יעדער װײַב איר מאַן.
רומקאָװסקי חײם האָט גוט געטראַכט,
געאַרבעי שװער בײַ טאָג, בײַ נאַכט,
געמאַכט אַ געטאָ אין אַ דיעטאָ
אין ער שרײַט געװאַלד אַז ער איז געראַכט!

חײם װײַצמאַן האָט געזאָגט:
אַז ער װיל די ייִדן אין פּאַלעסטינאַ האָבן.
האָט זײַ געהײַסן אַקערנ זײען,
ער האָט זײַ דאָרטן גוט באַגראָבן.
אָבער אונדזער חײמם,
רומקאָװסקי חײם,
ער געט אונדז יעדן טאָג שירײם:
אײַנער אַ שטוק ברױט,
און צװײַטן אַ שטוק פֿערד
מע לײגט בײַ אם אױך טיף אין דרערד.

װײַל ער איז אונדזער חײם,
ער געט אונדז קלײַען,
ער געט אונדז גרױפּן,
ער געט אונדז מן.
פֿאַרצײַטנס האַבן די מידבר ייִדן געגעסן מן,
הײַנט עסט שױן יעדער װײַב איר מאַן.
רומקאָװסקי חײם האָט גוט געטראַכט,
געאַרבעי שװער בײַ טאָג, בײַ נאַכט,
געמאַכט אַ געטאָ אין אַ דיעטאָ
אין ער שרײַט געװאַלד אַז ער איז געראַכט!

דער דריטער חײם פֿון בית החײם,
האָט מיט מלאך המװת אַ געט געשעפֿט געמאַכט:
עש זאָל אים צושטעלן מתים װאָס מער,
ער זאָל אים צושטעלן בײַ טאָג, בײַ נאַכט.
האָט זיך דער מלאך המװת גענומען
צו דער אַרבעט שנעל
ער מאַכט פון יעדן גיבור אױ אַ תל:
ער מאַכט דאָס פֿלינק,
ער מאַכט דאָס גוט,
ער מאַכט די גאַנצער געטאָ שװאַך און מיד.

װײַל ער איז אונדזער חײם,
ער געט אונדז קלײַען,
ער געט אונדז גרױפּן,
ער געט אונדז מן.
פֿאַרצײַטנס האַבן די מידבר ייִדן געגעסן מן,
הײַנט עסט שױן יעדער װײַב איר מאַן.
רומקאָװסקי חײם האָט גוט געטראַכט,
געאַרבעי שװער בײַ טאָג, בײַ נאַכט,
געמאַכט אַ געטאָ אין אַ דיעטאָ
אין ער שרײַט געװאַלד אַז ער איז געראַכט!

אין אַ זומער טאָג,
געװײזן איז אַ טאָג אַ הײַסער,
גײט רומקאָװסקי אין דער גאַס,
ער זעט דיך אױס װי אַ קײסער.
אַ העלע אַנצוג, אױ,
און טונקעלע ברילן,
פּאַליצײַ אַרום באַװאַכט.
איך זאָג אױך גאָר
אונדזער קײסער האָט גראָר האָר,
לעבן זאָל ער גאַנצע הונדערט יאָר!

װײַל ער איז אונדזער חײם,
ער געט אונדז קלײַען,
ער געט אונדז גרױפּן,
ער געט אונדז מן.
פֿאַרצײַטנס האַבן די מידבר ייִדן געגעסן מן,
הײַנט עסט שױן יעדער װײַב איר מאַן.
רומקאָװסקי חײם האָט גוט געטראַכט,
געאַרבעי שװער בײַ טאָג, בײַ נאַכט,
געמאַכט אַ געטאָ אין אַ דיעטאָ
אין ער שרײַט געװאַלד אַז ער איז געראַכט!

רומקאָװסקי חײם, דער עלצטער ייִדע,
איז אָנגעשטעלט בײָ די געסטאַפּאָ.
מיר ייִדעלעך זײַנען זײַנע ברידער,
און ער פֿאַרזאָרגט אונדז די פּאַפּאָ.
ער מאַכט דיך נסים אױ,
יעדן טאָג אַזױ,
געװאַלד צו שרײַען, אױ, אױ, אױ,
יעדער אײַנער פֿרײגט:
אַ צװײַטע שאלה, אױ,
זאָגט ער חײם 'ס איז גוט אַזױ!
רומקאָװסקי חײם

איך האָב אױך ייִדעלעך עפּעס זו זאָגן:
אַ קדחת װעל איך אױך זאָגן.
די ייִדעלעך זאָגן שױן פֿיל נבֿואות,
“אַז די געטאָ עפֿענען װעט מען שבֿועות!”
אַ צװײטן טאַג ער רעדט,
ייִדעלעך מאַכן שױן אַ געװעט
און לעמען זיך שױן װײַטער טרעפֿן;
רומקאָװסקי פֿון די ייִדעלעך לאַכט:
“אַ קרענק װאָס איר טראַכט!”
די געטאָ בלײַבט אױך װײַטער גוט פֿאַרמאַכט.




Pagina della canzone con tutte le versioni

Pagina principale CCG


hosted by inventati.org