Language   

עס איז אַ קלאָג

Yankele Hershkovits [Yankele Hershkowitz] / יאַנקעלע הערשקאָװיץ
Back to the song page with all the versions


OriginalUlteriore strofa raccolta da Frankiel, che fa riferimento ad...
עס איז אַ קלאָג

עס איז אַ קלאָג
עס איז צו אונדז אַ צרה!
עס איז אַ קלאָג,
עס העלפֿט נישט קײַן געשרײַ!
נאָר מיר לאָדזשער,
זײַנען די כּפּרה!
עס איז אַזאַ געבאַט:
דער קליגסער בלײַבט הײַנט אַ אידיִאָט.

איך האָב אַ פֿעטער, הײַסט ער לעמל,
ער איז קעראָװניק בײַ די סטראַז
ער רירט זיך פּונקט װי אַ קעמל,
אַ פֿײַער לעשט ער מיט אַ פֿלאַש.

עס איז אַ קלאָג
עס איז צו אונדז אַ צרה!
עס איז אַ קלאָג,
עס העלפֿט נישט קײַן געשרײַ!
נאָר מיר לאָדזשער,
זײַנען די כּפּרה!
עס איז אַזאַ געבאַט:
דער קליגסער בלײַבט הײַנט אַ אידיִאָט

עס איז אַ קלאָג


אַ קאָמיסאַר זײער אַ קלוגער.
איך גײ מיט אױך אַ געװעט:
אַז אָנפֿירן קען ער נאָר מיט פֿליגן,
דערצו איז ער אַן אַנאַלפֿאַבעט.


Back to the song page with all the versions

Main Page

Note for non-Italian users: Sorry, though the interface of this website is translated into English, most commentaries and biographies are in Italian and/or in other languages like French, German, Spanish, Russian etc.




hosted by inventati.org