Original | Traduzione / Translation / Traduction / Suomennos: Juha Rämö |
שפיל זשע מיר אַ לידעלע אין יִידיש | SOITA MINULLE PIENI JUUTALAINEN LAULU |
| |
שפיל זשע מיר אַ לידעלע אין יִידיש, | Soita minulle pieni juutalainen laulu, |
דערוועקן זאָל עס פֿרייד און ניט קיין חידוש, | anna sen tuoda iloa murheen sijaan. |
אַז אַלע, גרויס און קליין, | Suo, että jokainen, vanha tai nuori, |
זאָלן קענען דאָס פֿאַרשטיין - | sen ymmärtää. |
פֿון מויל צו מויל דאָס לידעלע זאָל גיין ! | Anna sen kulkea suusta suuhun. |
| |
שפּיל, שפּיל, קלעזמערל, שפּיל - | Soita, pieni soittoniekka, soita |
ווייסט דאָך, וואָס איך מיין און וואָס איך וויל; | ajatuksieni ja toiveitteni laulu. |
שפּיל, שפּיל! שפּיל אַ לידעלע פֿאַר מיר, | Soita minulle pieni laulu, |
שפיל אַ לידעלע מיט האַרץ און מיט געפֿיל! | jossa on sydämen ja tunteen paloa. |
| |
אַ לידעלע אָן זיפֿצן און אָן טרערן - | Soita laulu vailla huokauksia ja kyyneleitä, |
שפּיל אַזוי, אַז אַלע זאָלן הערן, | soita niin, että kaikki sen kuulevat, |
אַז אַלע זאָלן זען : | että kaikki näkevät |
איך לעב און זינגען קען, | minun olevan vielä elossa ja laulavan |
שענער נאָך און בעסער, ווי געווען ! | paremmin kuin konsanaan ennen. |
| |
שפּיל, שפּיל, קלעזמערל, שפּיל - | Soita, pieni soittoniekka, soita |
ווייסט דאָך, וואָס איך מיין און וואָס איך וויל; | ajatuksieni ja toiveitteni laulu. |
שפּיל, שפּיל! שפּיל אַ לידעלע פֿאַר מיר, | Soita minulle pieni laulu, |
שפיל אַ לידעלע מיט האַרץ און מיט געפֿיל! | jossa on sydämen ja tunteen paloa. |
| |
שפיל זשע מיר אַ לידל וועגן שלום! | Soita minulle laulu rauhasta, |
זאָל שוין זייַן שלום - ניט קיין חלום! | joka on totta eikä vain pelkkä haavekuva. |
אַז פֿעלקער, גרויס און קליין, | Suo, että kaikki kansat, suuret ja pienet, |
זאַלן קענען דאָס פֿאַרשטיין, | sen ymmärtävät |
אַז קריגן און מלחמות זיך באַגיין… | ja oppivat elämään ilman sotia. |
| |
שפּיל, שפּיל, קלעזמערל, שפּיל - | Soita, pieni soittoniekka, soita |
ווייסט דאָך, וואָס איך מיין און וואָס איך וויל; | ajatuksieni ja toiveitteni laulu. |
שפּיל, שפּיל! שפּיל אַ לידעלע פֿאַר מיר, | Soita minulle pieni laulu, |
שפיל אַ לידעלע מיט האַרץ און מיט געפֿיל! | jossa on sydämen ja tunteen paloa. |
| |
לאָמיר זינגען ס´לידעלע צוזאַמען, | Laulakaamme yhdessä tämä pieni laulu, |
ווי גוטע פֿרייַנד, ווי קינדער פֿון איין מאַמען! | hyvinä ystävinä, yhteisen äidin lapsina. |
מייַן איינציקער פֿאַרלאנג: | Ainoa toiveeni on, |
ס´זאָל קלינגען פֿרייַ און פֿראַנק | että tämä laulu kantaa kirkkaana |
אין אַלעמענס געזאַנג - | maailman kaikkien laulujen joukosta. |