קינדער-יאָרן
Mordkhe Gebirtig [Mordechai Gebirtig] / מרדכי געבירטיגOriginale | Versione polacca di Marian Hemar da YT |
קינדער-יאָרן קינדער-יאָרן, זיסע קינדער-יאָרן, אייביק בלייַבט איר וואַך אין מייַן זיכּרון! ווען איך טראַכט פֿון אייַער צייַט, ווערט מיר אַזוי באַנג און לייַד - אוי, ווי שנעל בין איך שוין אַלט געוואָרן! נאָך שטייט מיר דאָס שטיבל פֿאַר די אויגן, וווּ איך בין געבוירן, אויפֿגעצויגן, אויך מייַן וויגל זע איך דאָרט, שטייט נאָך אויף דעם זעלבן אָרט - ווי אַ חלום איז דאָס אַלץ פֿאַרפֿלויגן. און מייַן מאַמע - אַך, ווי כ´פֿלעג זי ליבן, כאָטש זי האָט אין חדר מיך געטריבן; יעדער קניפּ איז פֿון איר האַנט מיר נאָך אַזוי גוט באַקאַנט, כאָטש קיין צייכן איז מיר נישט פֿאַרבליבן. נאָך זע איך דיך, פֿייגעלע, דו שיינע, נאָך קוש איך די רויטע בעקלעך דייַנע, דייַנע אויגן, פֿול מיט חן, דרינגען אין מייַן האַרץ אַרייַן - כ´האָב געמיינט, דו וועסט אַ מאָל זייַן מייַנע. קינדער-יאָרן - יונגע, שיינע בלומען! צ´ריק צו מיר וועט איר שוין מער נישט קומען; יאָרן אַלטע, טרויעריקע, קאַלטע, מרה-שחורהדיקע האָבן אייַער שיינעם פּלאַץ פֿאַרנומען. קינדער-יאָרן, כ´האָב אייַך אָנגעוווֹירן! מייַן געטרייַע מאַמען אויך פֿאַרלוירן; פֿון דער שטוב נישטאָ קיין פֿלעק, פֿייגעלע איז אויך אַוועק - אוי, ווי שנעל בין איך שוין אַלט געוואָרן. | LATA MŁODE Lata moje lata moje młode Ach przepadły jak kamienie w wodę Tak mi tęskno tak mi żal Gdy obracam oczy w dal W życia mego ranek i pogodę Jakie mi was odebrały czary Świat zielony był a dziś jest szary Uśmiechami witał mnie Aż nie mogę pojąć że Taki był szczęśliwy nie do wiary Tak niedawno było to tak blisko Matki twarz schylona nad kołyską W mroku śpiewa mi do snu Widzę ją nad sobą tu Co się stało gdzie to poszło wszystko Połóż mi na czole swoje ręce Wróć mi moją młodość w tej piosence Ach jak szybko minął czas Ja już nie odszukam was Lata młode lata me dziecięce |