זאל שוין קומען די גאולה
Shmerke Katsherginski [Shmerke Kaczerginski] / שמערקע קאַטשערגינסקיOriginale | Traduzione inglese di Wolf Krakowski trovata su YouTube |
זאל שוין קומען די גאולה | LET THE REDEMPTION COME |
אָנגעזאָלעט אויפן האַרצן, מאַכט מען אַ לחיים, און אַז אומעט לאָזט ניט רוען, זינגען מיר אַ ליד. אַז ס'איז ניטאָ קיין בראָנפן, מוז מען טרינקען מים, מים חיים איז דאָך חיים, וואָס דאַרף נאָך דער ייד? | If you're feeling downhearted, take a little drink When sorrow keeps you from your rest, sing a little song If there's not a drop of whiskey, let us drink water Living water is but life itself -- What more does a Jew need? |
זאָל שוין קומען די גאולה זאָל שוין קומען די גאולה זאָל שוין קומען די גאולה משיח קום שוין באַלד! משיח קום שוין באַלד! | Let the Redemption come The Messiah is coming soon! |
טאַנצן ביימער אין די וועלדער, שטערן אויפן הימל, ר' ישראל, דער מחותן, דרייט זיך אין דער מיט. ס'וועט זיך אויפכאַפן משיח פון זיין טיפן דרימל, און דערהערן אונדזער תפילהדיקע ליד. | Trees are dancing in the woods, stars dance in the sky Reb Yisroel twirls in their midst The Messiah will awaken from his deep slumber When he hears our prayerful song |
זאָל שוין קומען די גאולה זאָל שוין קומען די גאולה זאָל שוין קומען די גאולה משיח קום שוין באַלד! משיח קום שוין באַלד! | Let the Redemption come The Messiah is coming soon! |
ס'איז אַ דור פון כולו חייב, זייט ניט קיין נאַראָנים, און פונעם זינדיקן, משיח קומען וועט! אָ, טאַטעניו אין הימל, ס'בעטן בני רחמנים, זע, אז משיח זאָל ניט קומען, אַ ביסעלע צו שפעט... | Our generation bears responsibility, let us not be fools -- Were it not for sinning, the Messiah would come sooner Dear Father in Heaven, we ask for mercy Please see that the Messiah doesn't come a little bit too late |
זאָל שוין קומען די גאולה זאָל שוין קומען די גאולה זאָל שוין קומען די גאולה משיח קום שוין באַלד! משיח קום שוין באַלד! | Let the Redemption come The Messiah is coming soon! |