Originale | In Yiddish traslitterato, da Yidlid - Chansons yiddish |
מאָטל דער אָפּרײטער | MOTL, DER OPREYTER |
| |
מאָטל דער אָפּרײטער | Motl, der opreyter, |
אין שאָפּ דאָרט שטענדיק נײט ער | In shop dort shtendik neyt er, |
אַלע יאָרן גײט אַרום אין שפּאַן | Ale yorn geyt arum in shpan, |
ער דרײט די קאַטערינק | Er dreyt di katerinke, |
און שוויצט בײַ דער מאַשינקע | Un shvitst bay der mashinke, |
מאָטל איז אַ ווױלער יונגער מאַן | Motl iz a voyler yunger man. |
| |
אָ מאָטל האָט אַ ווײַב און קינדער צווײ | O Motl hot a vayb un kinder tsvey, |
שווער און ביטטער אַרבעט ער פֿאַר זײ | Shver un bitter arbet er far zey, |
און וואָס מאָטל אַרבעט שווערער | Un vos Motl arbet shverer, |
פֿאַרדינט דער באָס אַלעס מערער | Fardint der bos ales merer, |
און מאָטל בלײַבט דער זעלבער אָרעמאַן | Un Motl blaybt der zelber oreman. |
| |
וואָס זשע וויל דען מאָטל | Vos zhe vil den Motl, |
דער אָפּרײטער מאָטל | Der opreyter Motl? |
ער וויל ניט קײן עשירות און קײן געלט | Er vil nit keyn ashires un keyn gelt. |
ער וויל פֿאַר ווײַב און קינדער ברױט | Er vil far vayb un kinder broyt |
און אַ מאָל אַ שוך אַ קלײד | Un a mol a shukh, a kleid, |
מאָטל וויל קײן סך נישט פֿון דער וועלט | Motl vil keyn sakh nisht fun der velt. |
| |
אַ שטרײַק האָט אױסגעבראָכן | A shtrayk hot oysgebrokhn, |
שױן גאַנצע צוועלף וואָכן | Shoyn gantse tsvelf vokhn, |
און מאָטל איז אַ גוטער יוניאָנמאַן | Un Motl iz a guter yunionman. |
מאָטל דער אָפּרײטער | Motl der opreyter, |
אַז מען שיקט אים, גײט ער | Az men shikt im, geyt er, |
און מיט אַלע אין דער פּיקעטלײַן | Un mit ale in der piketlayn |
| |
אין שטוב זײַן ווײַב מיט קינדער צווײ | In shtub zayn vayb mit kinder tsvey, |
אױ, אָן אַ שטיקל ברױט האָט זי פֿאַר זײ | Oy, on a shtikl broyt hot zi far zey, |
טוט מאָטל ווײ דאָס האַרץ | Tut Motl vey dos harts, |
אַלעס קוקט אױס צו אים שוואַרץ | Ales kukt oys tsu im shvarts, |
ער דרײט זיך לעבן שאַפּ מיט אַ סײַן | Er dreyt zikh lebn shap mit a sayn. |
| |
וואָס זשע וויל דען מאָטל | Vos zhe vil den Motl, |
דער אָפּרײטער מאָטל | Der opreyter Motl? |
ער וויל ניט קײן עשירות און קײן געלט | Er vil nit keyn ashires un keyn gelt. |
ער וויל פֿאַר ווײַב און קינדער ברױט | Er vil far vayb un kinder broyt |
און אַ מאָל אַ שוך אַ קלײד | Un a mol a shukh, a kleid, |
מאָטל וויל קײן סך נישט פֿון דער וועלט | Motl vil keyn sakh nisht fun der velt. |
| |
אין פּיקעטלײַן שטײט מאָטל | In piketlayn shteyt Motl, |
און אַ גענגסטער מיט אַ בוטל | un a gengster mit a butl, |
באַפֿאַלן איז אים דאָרט אין מיטן גאַס | bafaln iz im dort in mitn gas. |
מיטן פֿלאַש וואָס ער האָט געהאַלטן | Mitn flash vos er hot gehaltn, |
האָט ער מאָטלס קאָפּ צעשפּאַלטן | hot er Motls kop tseshpaltn, |
אין זײַן אײגן בלוט ווערט מאָטל נאַס | in zayn eygn blut vert Motl nas. |
| |
געוואָרן איז אַ טומל אַ געשרײ | Gevorn iz a tuml a geshrey, |
געבראַכט אים צו זײַן ווײַב און קינדער צווײ | gebrakht im tsu zayn vayb un kinder tsvey, |
זײ ווײנען גיסן טרערן | zey veynen, gisn trern, |
נאָר מאָטל קען נישט הער | nor Motl ken nisht hern, |
מאָטל האָט גע־ענדיקט שױן זײַן זשאָב | Motl hot ge-endikt shoyn zayn zshob. |
| |
וואָס זשע וויל דען מאָטל | Vos zhe vil den Motl, |
דער אָפּרײטער מאָטל | der opreyter Motl, |
ער וויל ניט קײן עשירות און קײן געלט | Er vil nit keyn ashires un keyn gelt. |
ער וויל פֿאַר ווײַב און קינדער ברױט | Er vil far vayb un kinder broyt |
איצט ליגט שױן מאָטל טױט | itst ligt shoyn Motl toyt, |
מאָטל וויל קײן סך נישט פֿון דער וועלט | Motl vil keyn sakh nisht fun der velt. |