אין אַלע גאַסן אָדער הײ, הײ, דאַלױ פּאָליצײ
Anonymous
Original | Traduzione francese da Yidlid - Chansons yiddish |
אין אַלע גאַסן אָדער הײ, הײ, דאַלױ פּאָליצײ אין אַלע גאַסן, וווּ מען גייט, הערט מען זאַבאַסטאָווקעס. ייִנגלעך, מיידלעך, קינד־און־קייט, שמועסן פֿון פּריבאָװקעס. ייִנגלעך, מיידלעך, קינד־און־קייט, שמועסן פֿון פּריבאָװקעס. גענוג שוין, ברידער, האָרעווען, גענוג שוין באָרגן־לײַען, מאַכט אַ זאַבאַסטאָווקע, לאָמיר, ברידער, זיך באַפֿרײַען! מאַכט אַ זאַבאַסטאָווקע, לאָמיר, ברידער, זיך באַפֿרײַען! ברידער און שוועסטער, לאָמיר זיך געבן די הענט, לאָמיר מיקאָלײַקעלען צעברעכן די ווענט! היי, היי, דאָלוי פּאָליציי, דאָלוי סאַמאָדערזשאַוויע וו׳ראָסיי! היי, היי, דאָלוי פּאָליציי, דאָלוי סאַמאָדערזשאַוויע וו׳ראָסיי! ברידער און שוועסטער, לאָמיר גיין צוזאַמען. לאָמיר מיקאָלײַקעלען באַגראָבן מיט דער מאַמען! היי, היי, דאָלוי פּאָליציי, דאָלוי סאַמאָדערזשאַוויעץ וו׳ראָסיי ברידער און שװעסטער, לאָמיר זיך ניט אירצן, לאָמיר מיקאָלײַקעלען די יאָרעלעך פֿאַרקירצן! היי, היי, דאָלוי פּאָליציי, דאָלוי סאַמאָדערזשאַוויע וו׳ראָסיי! נעכטן האָט ער געפֿירט אַ וועגעלע מיסט, הײַנט איז ער געוואָרן אַ קאַפּיטאַליסט. היי, היי, דאָלוי פּאָליציי, דאָלוי סאַמאָדערזשאַוויע וו׳ראָסיי! ברידער און שוועסטער, לאָמיר גיין צוזאַמען. לאָמיר מיקאָלײַקעלען באַגראָבן מיט דער מאַמען! היי, היי, דאָלוי פּאָליציי, דאָלוי סאַמאָדערזשאַוויע וו׳ראָסיי! קאָזאַקן, זשאַנדאַרמען, אַראָפּ פֿון די פֿערד! דער רוסישער קײסער ליגט שױן אין ד'ר ערד! היי, היי, דאָלוי פּאָליציי, דאָלוי סאַמאָדערזשאַוויע וו׳ראָסיי! | DANS TOUTES LES RUES (A BAS LA POLICE!) Dans toutes les rues où l'on va On entend parler de grèves Les gars, les filles, et toute la famille Discutent des grèves. Frères, assez peiner, Assez emprunter, Faisons la grève, Frères, libérons-nous! Frères et soeurs, Donnons-nous la main, Cassons les murs Du petit Nicolas. Hey, hey, à bas la police, A bas la classe dirigeante de Russie. Frères et soeurs, Arrêtons de vouvoyer, Raccourcissons les jours Du petit Nicolas. Hey, hey, à bas la police, A bas la classe dirigeante de Russie. Hier il poussait Un chariot de fumier, Aujourd'hui il est devenu Un capitaliste! Hey, hey, à bas la police, A bas la classe dirigeante de Russie. Frères et soeurs, Rassemblons-nous, Et enterrons le petit Nicolas Avec sa maman. Hey, hey, à bas la police, A bas la classe dirigeante de Russie. Cosaques, gendarmes, Descendez de cheval, Le kaiser russe Est mort et enterré. Hey, hey, à bas la police, A bas la classe dirigeante de Russie. |