אונטער די חורבֿות פֿון פּױלן (דאָליע)
Yitsik Manger / איציק מאַנגער
Loading...
Original | La trascrizione in caratteri latini.
|
אונטער די חורבֿות פֿון פּױלן (דאָליע) | UNTER DI KHURVES FUN POYLN (DOLYE) |
| |
אונטער די חורבֿות פֿון פּוילן | Unter di khurves fun Poyln |
אַ קאָפּ מיט בלאָנדע האָר | A kop mit blonde hor |
דער קאָפּ און סייַ דער חורבן | Der kop un say der khurbn |
ביידע זייַנען וואָר. | Beyde zaynen vor. |
| |
דאָליע מייַנע דאָליע, | Dolye, mayne dolye, |
דאָליע דאָליע מייַנע... | Dolye, mayne dolye... |
| |
איבער די חורבֿות פֿון פּוילן | Iber di khurves fun Poyln |
פֿאַלט און פֿאַלט דער שניי, | Falt un falt der shney, |
דער בלאָנדער קאָפּ פֿון מייַן מיידל | Der blonder kop fun mayn meydl |
טוט מיר מסוכּן וויי. | Tut mir mesukn vey. |
| |
דער ווייטיק זיצט בייַם שרייַבטיש | Der veytik zitst baym shraybtish |
און שרייַבט אַ לאַנגן בריוו | Un shraybt a langn briv |
די טרער אין זייַנע אויגן | Di trer in zayne oygn |
איז אמתדיק און טיף. | Iz emesdik un tif. |
| |
דאָליע מייַנע דאָליע, | Dolye, mayne dolye, |
דאָליע מייַנע דאָליע... | Dolye, mayne dolye... |
| |
איבער די חורבֿות פֿון פּוילן | Iber di khurves fun Poyln |
פֿלאַטערט אַ פֿויגל אום, | Flatert a foygl um, |
אַ גרויסער שיבֿעה פֿויגל | A groyser shive foygl |
ער ציטערט מיט די פֿליגל פֿרום. | Er tsitert mit di fligl frum. |
| |
דער גרויסער שיבֿעה פֿויגל | Der groyser shive foygl |
(מייַן דערשלאָגן געמיט ) | (Mayn dershlogn gemit) |
ער טראָגט אויף זייַנע פֿליגל | Er trogt oyf zayne fligl |
דאָס דאָזיקע טרויער ליד. | Dos dozike troyer lid. |
| |
דאָליע מייַנע דאָליע, | Dolye, mayne dolye, |
דאָליע מייַנע דאָליע... | Dolye, mayne dolye... |
Main Page
Note for non-Italian users: Sorry, though the interface of this website is translated into English, most commentaries and biographies are in Italian and/or in other languages like French, German, Spanish, Russian etc.