| Il testo traslitterato nell'alfabeto latino: |
זאָג ניט קײנמאָל | ZOG NIT KEYNMOL |
| |
זאָג ניט קיינמאָל אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג, | Zog nit keynmol az du geyst dem letstn veg, |
כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלאָע טעג ; | Khotsh himeln blayene farshteln bloye teg. |
ווײַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה – | Kumen vet nokh undzer oysgebenkte sho - |
עס וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זײַנען דאָ! | S'vet a poyk ton undzer trot - mir zaynen do! |

פֿון גרינעם פּאַלמען־לאַנד ביז לאַנד פֿון ווייַטן שניי, | Fun grinem palmen-land biz vaysn land fun shney, |
מיר קומען אָן מיט אונדזער פּײַן, מיט אונדזער וויי. | Mir kumen on mit undzer payn, mit undzer vey, |
און וווּ געפֿאַלן ס'איז אַ שפּריץ פֿון אונדזער בלוט, | Un vu gefain s'iz a shprits fun undzer blut, |
ס'וועט אַ שפּראָץ דאָרט אונדזער גבֿורה אונדזער מוט. | Shprotsn vet dort undzer gvure, undzer mut. |

ס´וועט די מאָרגן-זון באַגילדן אונדז דעם הײַנט, | S'vet di morgnzun bagildn undz dem haynt, |
און דער נעכטן וועט פֿאַרשווינדן מיטן פֿײַנט, | Un der nekhtn vet farshvindn mitn faynd, |
און אויב פֿאַרזאַמען וועט די זון אין דעם קאַיאָר – | Nor oyb farzamen vet di zun in dem kayor - |
ווי אַ פּאַראָל זאָל גיין דאָס ליד פֿון דור צו דור. | Vi a parol zol geyn dos lid fun dor tsu dor. |

דאָס ליד געשריבן איז מיט בלוט און ניט מיט בלײַ, | Dos lid geshribn iz mit blut un nit mit blay, |
ס´איז ניט קיין ליד פֿון אַ פֿויגל אויף דער פֿרײַ. | S'iz not keyn lidl fun a foygl af der fray, |
דאָס האָט אַ פֿאָלק צווישן פֿאַלנדיקע ווענט, | Dos hot a fold tsvishn faindike vent |
דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט. | Dos lid gezungen mit naganes in di hent! |

טאָ זאָג ניט קיינמאָל אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג, | To zog nit keynmol az du geyst dem letstn veg, |
כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלאָע טעג. | Khotsh kimlen blayene farshteln bloye teg, |