זאָג ניט קײנמאָל
Hirsh Glik / הירש גליקOriginale | La versione romena di "E.D." |
זאָג ניט קײנמאָל | CÂNTECUL PARTIZANILOR EVREI DIN VILNA |
זאָג ניט קיינמאָל אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג, כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלאָע טעג ; ווײַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה – עס וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זײַנען דאָ! ווײַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה – עס וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זײַנען דאָ! | Nu spune că te afli azi pe cel din urmă drum Albastra şi o 'năbuşă un cer de plumb acum. Doritul nostru ceas o să răsară într'o zi Şi'n marş de tobe vom cânta atunci: - “Suntem aci!” |
פֿון גרינעם פּאַלמען־לאַנד ביז לאַנד פֿון ווייַטן שניי, מיר קומען אָן מיט אונדזער פּײַן, מיט אונדזער וויי. און וווּ געפֿאַלן ס'איז אַ שפּריץ פֿון אונדזער בלוט, ס'וועט אַ שפּראָץ דאָרט אונדזער גבֿורה אונדזער מוט. און וווּ געפֿאַלן ס'איז אַ שפּריץ פֿון אונדזער בלוט, ס'וועט אַ שפּראָץ דאָרט אונדזער גבֿורה אונדזער מוט. | Din ţara de curmalt şi până'n ţara cu zăpezi, Suntem aci cu chinul şi cu jalea drept dovezi Şi orişiunde-un strop de sânge-al nostru a căzut, Va creşte forţa noastră şi curajul nostru mut. |
ס´וועט די מאָרגן-זון באַגילדן אונדז דעם הײַנט, און דער נעכטן וועט פֿאַרשווינדן מיטן פֿײַנט, און אויב פֿאַרזאַמען וועט די זון אין דעם קאַיאָר – ווי אַ פּאַראָל זאָל גיין דאָס ליד פֿון דור צו דור. און אויב פֿאַרזאַמען וועט די זון אין דעם קאַיאָר – ווי אַ פּאַראָל זאָל גיין דאָס ליד פֿון דור צו דור. | Cu soare se va polei acest “azi” de dureri Şi odată cu duşmanii va pieri al nostri “eri” Iar dacă soarele va 'ntârzia în zori de leac Parolă vie, - cântul va păşi din veac-în veac. |
דאָס ליד געשריבן איז מיט בלוט און ניט מיט בלײַ, ס´איז ניט קיין ליד פֿון אַ פֿויגל אויף דער פֿרײַ. דאָס האָט אַ פֿאָלק צווישן פֿאַלנדיקע ווענט, דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט. דאָס האָט אַ פֿאָלק צווישן פֿאַלנדיקע ווענט, דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט. | Cu plumb şi sânge cântecul acesta este scris, Nu-i cânt de păsărică liberă în sbor deschis, Ci 'n prăvăliri de ziduri, duduid asurzitor, Cu revolverele în mâini îl cântă un popor. |
טאָ זאָג ניט קיינמאָל אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג, כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלאָע טעג. ווײַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה – עס וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זײַנען דאָ! ווײַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה – עס וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זײַנען דאָ! | Nu spune că te afli azi pe cel din urmă drum Albastra şi o 'năbuşă un cer de plumb acum. Doritul nostru ceas o să răsară într'o zi Şi'n marş de tobe vom cânta atunci: - “Suntem aci!” |