זאָג ניט קײנמאָל
Hirsh Glik / הירש גליקOriginale | Versione in Neonorvegese (Nynorsk) di Olve Utne (1998) |
זאָג ניט קײנמאָל | SEI DU ALDRI AT DU GÅR DEN SISTE VEG |
זאָג ניט קיינמאָל אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג, כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלאָע טעג ; ווײַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה – עס וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זײַנען דאָ! ווײַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה – עס וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זײַנען דאָ! | Sei du aldri at du går den siste veg når stålgrå skyor gjømmer sola vekk for deg — For ein gong kjem for visst vår etterlengta tid, og jorda dundrar under marsjen: «Her er vi!» |
פֿון גרינעם פּאַלמען־לאַנד ביז לאַנד פֿון ווייַטן שניי, מיר קומען אָן מיט אונדזער פּײַן, מיט אונדזער וויי. און וווּ געפֿאַלן ס'איז אַ שפּריץ פֿון אונדזער בלוט, ס'וועט אַ שפּראָץ דאָרט אונדזער גבֿורה אונדזער מוט. און וווּ געפֿאַלן ס'איז אַ שפּריץ פֿון אונדזער בלוט, ס'וועט אַ שפּראָץ דאָרט אונדזער גבֿורה אונדזער מוט. | Frå grøne palmeland til land med kvite snø vi kjem i rekkje med vår sorg og med vår nød, og kor det falle har ein drope av vårt blod, — der skal vise seg vår styrke og vårt mot. |
ס´וועט די מאָרגן-זון באַגילדן אונדז דעם הײַנט, און דער נעכטן וועט פֿאַרשווינדן מיטן פֿײַנט, און אויב פֿאַרזאַמען וועט די זון אין דעם קאַיאָר – ווי אַ פּאַראָל זאָל גיין דאָס ליד פֿון דור צו דור. און אויב פֿאַרזאַמען וועט די זון אין דעם קאַיאָר – ווי אַ פּאַראָל זאָל גיין דאָס ליד פֿון דור צו דור. | Og morgonsola skal forgylle denna dag, og vekk’ er gårsdagen og fienden i lag; men om no sola kjem for seint ått jordas rand — som ein parole songen går med ætters gang. |
דאָס ליד געשריבן איז מיט בלוט און ניט מיט בלײַ, ס´איז ניט קיין ליד פֿון אַ פֿויגל אויף דער פֿרײַ. דאָס האָט אַ פֿאָלק צווישן פֿאַלנדיקע ווענט, דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט. דאָס האָט אַ פֿאָלק צווישן פֿאַלנדיקע ווענט, דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט. | Og skriven songen er med blod og ikkje bly, d’er ingen visestubb om fuglen høgt i sky; eit folk iblant ruinar i eit herja land har sunge songen med geværet i si hand. |
טאָ זאָג ניט קיינמאָל אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג, כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלאָע טעג. ווײַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה – עס וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זײַנען דאָ! ווײַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה – עס וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זײַנען דאָ! | Så sei du aldri at du går den siste veg når stålgrå skyor gjømmer sola vekk for deg — For ein gong kjem for visst vår etterlengta tid, og jorda dundrar under marsjen: «Her er vi!» |