Langue   

מײַן שװעסטער חיה מיט די גרינע אױגן

The Klezmatics
Langue: yiddish


The Klezmatics


מײַן שװעסטער חיה מיט די גרינע אױגן,
מײַן שװעסטער חיה מיט די שװאַרצע צעפּ ־
די שװעסטער חיה, װאָס האָט מיך דערצױגן
אױף סמאָטשע־גאַס, אין הױז מיט קרומע טרעפּ.

די מאַמע איז אַװעק פֿון שטוב באַגינען,
װען אױפֿן הימל האָט ערשט קױם געהעלט.
זי איז אַװעק אין קראָם אַרײַן פֿאַרדינען
דאָס בידנע־דראָבנע גראָשעדיקע געלט.

און חיה איז געבליבן מיט די ברידער,
און זי האָט זײ געקאָרמעט און געהיט.
און זי פֿלעגט זינגען זײ די שײנע לידער,
פֿאַר נאַכט, װען קלײנע קינדער װערן מיד.

מײַן שװעסטער חיה מיט די גרינע אױגן,
מײַן שװעסטער חיה מיט די לאַנגע האָר ־
די שװעסטער חיה, װאָס האָט מיך דערצױגן,
איז נאָך נישט אַלט געװען קײן צענדלינג יאָר.

זי האָט גערױמט, געקאָכט, דערלאַנגט דאָס עסן,
זי האָט געצװאָגן אונדז זי קלײנע קעפּ.
נאָר שפּילן זיך מיט אונדז האָט זי פֿאַרגעסן ־
די שװעסטער חיה מיט די שװאַרצע צעפּ.

מײַן שװעסטער חיה מיט די אױגן גרינע,
אַ דײַטש האָט אין טרעבלינקע זי פֿאַרברענט.
און איך בין אין דער ייִדישע מדינה
דער סאַמע לעצטער, װאָס האָט זי געקענט.

פֿאַר איר שרײַב איך אױף ייִדיש מײַנע לידער
אין טעג די שרעקלעכע פֿון אונדזער צײַט.
בײַ גאָט אַלײן איז זי אַ בת־יחידה ־
אין הימל זיצט זי בײַ זײַן רעכטער זײַט.



Page principale CCG

indiquer les éventuelles erreurs dans les textes ou dans les commentaires antiwarsongs@gmail.com




hosted by inventati.org