Lingua   

דאָס פֿערצנטע יאָר

anonimo
Lingua: Yiddish




דאָס פֿערצנטע יאָר איז אָנגעקומען,‏ אוי וויי [1]
דאָס פֿערצנטע יאָר איז אָנגעקומען

אין זאַפּאַס האָט מען מיך גענומען,‏ אוי וויי
אין זאַפּאַס האָט מען מיך גענומען,‏ אוי וויי אוי וויי

אין די קאַרפּאַטן זייַנען מיר געזעסן
ברויט מיט וואַסער האָבן מיר געגעסן

אויף די פֿעלדער,‏ גרינע וועלדער
דאָרטן ליגט אַ געהרגעטער זעלנער

און זייַן קערפּער איז צעריסן
און דאָס בלוט טוט פֿון אים פֿליסן

דאָרט ליגט אַ זעלנער אָן אַ צורה
אָן אַ קאַסטן און אָן אַ קבֿורה

ניט קיין אָרון,‏ ניט קיין מיטה
ניט קיין פֿאָטער און ניט קיין מוטער

קומט אַ פֿויגל אָן צו פֿליען
אויף זייַן קבֿר אָפּצורוען

אוי,‏ דו פֿויגל,‏ שוואַרצע ווראָנע
נאַ דיר די הענט און לאָז אָפּ די אויגן

אוי,‏ דו פֿויגל,‏ פֿלי געשווינד
און זאָג דער מאַמען,‏ איך בין געזונט

פֿון דעם טויט זאָלסטו איר ניט זאָגן
ווייַל זי וועט נעבעך וויינען און קלאָגן

קומט דער פֿויגל צו פֿליען אַהיים
און טרעפֿט מייַן מאַמען טרויעריק שטיין

‏—‏‏ וואָס זשע וויינסטו,‏ געטרייַע מוטער
אים איז פֿינצטער און דיר איז ביטער

ווי אַזוי זאָל איך ניט וויינען און קלאָגן‏‏ —
אַז מע האָט מייַן קינד געטאָן פֿאַריאָגן

איך בין געבליבן אַן אַלמנה,‏ און צו דערצו נאָך בלינד
מ׳האָט פֿאַרטריבן מייַן איין און איינציק קינד

‏—‏‏ ווען די זאַמד וועט צערונען ווערן
דענסטמאָלט וועט זיך צו דיר דייַן קינד אומקערן

‏—‏ און די זאַמד איז שוין אַנטרונען
און מייַן קינד וועט אַהיים ניט קומען

אָן אַ קאַסטן,‏ אָן אַ מיטה
אָן אַ פֿאָטער און אָן אַ מוטער

ווער וועט אים אַ ליכט נאָכטראָגן
ווער וועט נאָך אים קדיש זאָגן

נאָר דאָס פֿערדל דאָס געטרייַע
האָט באַלייט אים צו דער לוויה
[1] DOS FERTSNTE YOR

Dos fertsnte yor iz ongekumen, oy vey
Dos fertsnte yor iz ongekumen

In zapas hot men mikh genumen, oy vey
In zapas hot men mikh genumen, oy vey oy vey

In di karpatn zaynen mir gezesn
Broyt mit vaser hobn mir gegesn

Oyf di felder, grine velder
Dortn ligt a gehargeter zelner

Un zayn kerper iz tserisn
Un dos blut tut fun im flisn

Dort ligt a zelner on a tsure
On a kastn un on a kvure

Nit keyn orn, nit keyn mite
Nit keyn foter un nit keyn muter

Kumt a foygl on tsu flien
Oyf zayn keyver optsuruen

Oy, du foygl, shvartse vrone
Na dir di hent un loz op di oygn

Oy, du foygl, fli geshvind
Un zog der mamen, ikh bin gezunt

Fun dem toyt zolstu ir nit zogn
Vayl zi vet nebekh veynen un klogn

Kumt der foygl tsu flien aheym
Un treft mayn mamen troyerik shteyn

— Vos zhe veynstu, getraye muter
Im iz fintster un dir iz biter

— Vi azoy zol ikh nit veynen un klogn
Az me hot mayn kind geton faryogn

Ikh bin geblibn an almone, un tsu dertsu nokh blind
M'hot fartribn mayn eyn un eyntsik kind

— Ven di zamd vet tserunen vern
Denstmolt vet zikh tsu dir dayn kind umkern

— Un di zamd iz shoyn antrunen
Un mayn kind vet aheym nit kumen

On a kastn, on a mite
On a foter un on a muter

Ver vet im a likht nokhtrogn
Ver vet nokh im kadish zogn

Nor dos ferdl dos getraye
Hot baleyt im tsu der levaye



Pagina principale CCG

Segnalate eventuali errori nei testi o nei commenti a antiwarsongs@gmail.com




hosted by inventati.org