Lingua   

אין געטאָ הערשט הײַנט רו

anonimo
Lingua: Yiddish




אין געטאָ הערשט הײַנט רו
קאַרטאָפֿל ברױט איז דאָ,
װאָס טױג מיר זאָרגן אױף מאָרגן,
מ'לעבט הײַנט מיט דער שעה.

קלאָר איז דער געדאַנק,
מען איז שױן מער נישט קראַנק –
װײסט איר, געטאָ־ײִדן
װעמען ס'קומט אַ דאַנק?

די זאָנדער־יאַטן,
זאָל זײ גאָרנישט שאַטן,
װי זײ קומען, װעט קײן גניבֿה זײַן,
װײַל דוד פֿירט אױף,
זײַן האַנט רעגירט אױף,
װאָס ער טוט איז דאָך גוט,
איר זעט אַלײן.

אױפֿן װאַרשיװנאַ־פּלאַץ,
אַ װאַרשיותיק קריגט אַ זעץ,
געװאַלד ער פּראָטעסטירט,
מען הערט אים װי אַ קאַץ,

באַלד די זאָנדער דאָ
און דוד פֿון אױבן אָן,
ס'גײט דאָך באַלד אַן אָרדענונג,
ס'גײט דאָך באַלד אַ רו.

די זאָנדער־יאַטן,
זאָל זײ גאָרנישט שאַטן,
װי זײ קומען, װעט קײן גניבֿה זײַן,
װײַל דוד פֿירט אױף,
זײַן האַנט רעגירט אױף,
װאָס ער טוט איז דאָך גוט,
איר זעט אַלײן.

קוק װי מען גײט,
דאָס פּערסאָנאַל װאַקסט אין דער ברײט,
מען מוז אָנטאָן טאָפּלטע ברילן
ביז אַ קאַרטאָפֿל מען דערזעט.

הײַנט די זאָנדער־װאַך
מאַכט זי זופּ גאַנץ געדיכט –
ס'איז שױן דאָ פֿיל קאַרטאָפֿל,
אַ מאכל, אױ אַ פּראַכט!

די זאָנדער־יאַטן,
זאָל זײ גאָרנישט שאַטן,
װי זײ קומען, װעט קײן גניבֿה זײַן,
װײַל דוד פֿירט אױף,
זײַן האַנט רעגירט אױף,
װאָס ער טוט איז דאָך גוט,
איר זעט אַלײן.



Pagina principale CCG

Segnalate eventuali errori nei testi o nei commenti a antiwarsongs@gmail.com




hosted by inventati.org