Language   

קאַלט: אַ לידל פֿון לאָדזשער געטאָ 1945

Miriam Goldberg Harel / מרים גאָלדבערג האַרעל
Language: Yiddish




קאַלט.
אין גרױזאַם ליגט דער װינטערנאַכט,
איך גײ זיך אײַנזאַם און פֿאַרטראַכט,
דאָס הימל פול מיט װאָלקען טריבע.

קאַלט.
דער קאַלטער װינט האָט זיך צוגאַכט,
עס רײגנט שױן די גאַנצע נאַכט,
מײַן האַרץ גײט אױס צו דיר מײַן ליבע.

'ס גיט אַזאַ װעלט,
װי מענטשן טאַנצן אײף געלט,
װי עס גיסט זיך פּורפּור װײַן,
אין גאָלד, זילבער שײַן.
'ס גיט אַזאַ װעלט...

קאַלט.
װי גרױזאַם איז מײַן טיפֿער שרעק,
װען דו פֿון מיר ביסט שױן אַװעק
אַלײן בין איך דאָך דו געבליבן.

קאַלט.
איך זע װאַגאָנען צוגעמאַכט
זע פֿאָרן שנעל די גאַנצע נאַכט.
װי האָט מען דיך אַװעק געטריבן?

'ס גיט אַזאַ װעלט,
װי מענטשן טאַנצן אײף געלט,
װי עס גיסט זיך פּורפּור װײַן,
אין גאָלד, זילבער שײַן.
'ס גיט אַזאַ װעלט

קאַלט.
עס פֿאַלט אַ שנײ דו אױף דעם גאַס,
פֿאַרפֿרױרן, פֿינסטער איז און נאַס,
װי טרױריק 'ס איח די נשמה.

קאַלט.
צי װעט דאָך קומען אַזאַ צײַט?
און עפֿשער איז ער נישט גאַנץ װײַט?
מען װעלן נעמען אַ נקמה!

'ס גיט אַזאַ װעלט,
װי מענטשן טאַנצן אײף געלט,
װי עס גיסט זיך פּורפּור װײַן,
אין גאָלד, זילבער שײַן.
'ס גיט אַזאַ װעלט...



Main Page

Please report any error in lyrics or commentaries to antiwarsongs@gmail.com

Note for non-Italian users: Sorry, though the interface of this website is translated into English, most commentaries and biographies are in Italian and/or in other languages like French, German, Spanish, Russian etc.




hosted by inventati.org