Lingua   

איך פֿור אין קעלצער קאַנט

Yankele Hershkovits [Yankele Hershkowitz] / יאַנקעלע הערשקאָװיץ
Lingua: Yiddish




איך פֿור אין קעלצער קאַנט
דאָרט עסט מען רעטעכלעך מיט שמאַנט,
מערן, בורקעס פֿאַר אַ דרײַער,
חצי חינם קריגט מען אײַער.
ראָרטן 'ס לעבן איז נישט טײַער,
פֿור אַװעק, זײַ נישט קײן פֿרײַער.
איך פֿור אין קעלצער קאַנט
דאָרט עסט מען רעטעכלעך מיט שמאַנט.

דאָרט בױעט זיך אַ נײַע מדינה
אין דעם זײַען מיר קײַן גרינע,
רומקאָװסקי חײם װעט זײַן אונדזער פֿרײַנט
סערװוּס ייִדן סערװוּס
איך פֿור נאָך הײַנט!

איך פֿור אין קעלצער קאַנט
דאָרט עסט מען רעטעכלעך מיט שמאַנט,
מערן, בורקעס פֿאַר אַ דרײַער,
חצי חינם קריגט מען אײַער.
ראָרטן 'ס לעבן איז נישט טײַער,
פֿור אַװעק, זײַ נישט קײן פֿרײַער.
איך פֿור אין קעלצער קאַנט
דאָרט עסט מען רעטעכלעך מיט שמאַנט.



Pagina principale CCG

Segnalate eventuali errori nei testi o nei commenti a antiwarsongs@gmail.com




hosted by inventati.org