Langue   

שפיל זשע מיר אַ לידעלע אין יִידיש

Henech Kon / חנוך קון
Langue: yiddish




שפיל זשע מיר אַ לידעלע אין יִידיש,
דערוועקן זאָל עס פֿרייד און ניט קיין חידוש,
אַז אַלע, גרויס און קליין,
זאָלן קענען דאָס פֿאַרשטיין -
פֿון מויל צו מויל דאָס לידעלע זאָל גיין !

שפּיל, שפּיל, קלעזמערל, שפּיל -
ווייסט דאָך, וואָס איך מיין און וואָס איך וויל;
שפּיל, שפּיל! שפּיל אַ לידעלע פֿאַר מיר,
שפיל אַ לידעלע מיט האַרץ און מיט געפֿיל!

אַ לידעלע אָן זיפֿצן און אָן טרערן -
שפּיל אַזוי, אַז אַלע זאָלן הערן,
אַז אַלע זאָלן זען :
איך לעב און זינגען קען,
שענער נאָך און בעסער, ווי געווען !

שפּיל, שפּיל, קלעזמערל, שפּיל -
ווייסט דאָך, וואָס איך מיין און וואָס איך וויל;
שפּיל, שפּיל! שפּיל אַ לידעלע פֿאַר מיר,
שפיל אַ לידעלע מיט האַרץ און מיט געפֿיל!

שפיל זשע מיר אַ לידל וועגן שלום!
זאָל שוין זייַן שלום - ניט קיין חלום!
אַז פֿעלקער, גרויס און קליין,
זאַלן קענען דאָס פֿאַרשטיין,
אַז קריגן און מלחמות זיך באַגיין…

שפּיל, שפּיל, קלעזמערל, שפּיל -
ווייסט דאָך, וואָס איך מיין און וואָס איך וויל;
שפּיל, שפּיל! שפּיל אַ לידעלע פֿאַר מיר,
שפיל אַ לידעלע מיט האַרץ און מיט געפֿיל!

לאָמיר זינגען ס´לידעלע צוזאַמען,
ווי גוטע פֿרייַנד, ווי קינדער פֿון איין מאַמען!
מייַן איינציקער פֿאַרלאנג:
ס´זאָל קלינגען פֿרייַ און פֿראַנק
אין אַלעמענס געזאַנג -

שפּיל, שפּיל, קלעזמערל, שפּיל -
ווייסט דאָך, וואָס איך מיין און וואָס איך וויל;
שפּיל, שפּיל! שפּיל אַ לידעלע פֿאַר מיר,
שפיל אַ לידעלע מיט האַרץ און מיט געפֿיל!



Page principale CCG

indiquer les éventuelles erreurs dans les textes ou dans les commentaires antiwarsongs@gmail.com




hosted by inventati.org