Language   

צײַט באַלאַדע

Yitsik Manger / איציק מאַנגער
Language: Yiddish




אין מיטן װעג אַ קינד אַ טױטס ,
אַ מײדעלע מיט בלאָנדע האָר.
נאָך פֿינעף װאָכן אָדער זעקס ־
װאָלט עס געװאָרן זיבן יאָר.
דער מאַרשאַל גערינג שפּילט זיך מיט זײַן קינד.

די מאַמע שטײט אין מיטן װעג
און ברעכט די בלײַכע דאַרע הענט,
זי האָט געזען די שטאָט פֿאַרװיסט,
זי האָט געזען די הײם פֿאַרברענט.
דער מאַרשאַל גערינג שפּילט זיך מיט זײַן קינד.

און פֿורלעך שלעפּן זיך פֿאַרבײַ
מיט האַק און פּאַק אױף נע-ונד,
װאָגלער זענען אַלע די,
װאָס האָבן ערשט אַ הײם געהאַט.
דער מאַרשאַל גערינג שפּילט זיך מיט זײַן קינד.

דער פּױער האָט פֿאַרלאָזט דאָס דאָרף,
דער שטאָט-מענטש האָט פֿאַרלאָזט די שטאָט,
װער מיט אַקס און װער צו פֿוס
װאַנדערט איצט אױף גאָטס באַראָט.
דער מאַרשאַל גערינג שפּילט זיך מיט זײַן קינד.

די מאַמע שטײט אין מיטן װעג:
נײן און נײן, זי װעט נישט גײן.
װי לאָזט מען דאָס אין מיטן װעג
דאָס שלאָפֿנדיקע קינד אַלײן?
דער מאַרשאַל גערינג שפּילט זיך מיט זײַן קינד.

זי זעצט זיך נעבן טױטן קינד
פֿאַרװיקלט אין איר גראָען שאַל.
די האַרבסט-לבֿנה איבערן װאַלד ־
אַ גרױסער זילבערנער מעדאַל.
דער מאַרשאַל גערינג שפּילט זיך מיט זײַן קינד.

דער מאַרשאַל זינגט: «מײַן טעכטערל,
דײַן טאַטע איז אַ בלאָנדער בער»
און פֿאַר זײַן פֿענצטער טראָט בײַ טראָט
מאַרשירט דאָס ברױנע מיליטער.
דער מאַרשאַל גערינג שפּילט זיך מיט זײַן קינד.

די מאַמע זינגט: «מײַן טעכטערל,
מײַן גאָלד, מײַן קרױן און מײַן פֿאַרמעג,
דײַן מאַמע איז אַ װערבע איצט,
װאָס טרױערט דאָ אין מיטן װעג.»
דער מאַרשאַל גערינג שפּילט זיך מיט זײַן קינד.

און װי אַ װערבע רױשט זי שטיל
איר טרױער איבערן טױטן קינד,
מיט אירע שװאַרץ צעלאָזטע האָר
שפּילט זיך דער סעפּטעמבער-װינט.
דער מאַרשאַל גערינג שפּילט זיך מיט זײַן קינד.

דער מאַרשאַל זינגט: «מײַן טעכטערל,
דײַן טאַטע איז אַ פֿעלד-מאַרשאַל.»
די האַרבסט-לבֿנה אױף זײַן ברוסט
בליצט ־ אַ זילבערנער מעדאַל.
דער מאַרשאַל גערינג שפּילט זיך מיט זײַן קינד.

די מאַמע זינגט: «מײַן טעכטערל,
מײַן קינד, מײַן פֿרי פֿאַרלאָשן קינד,
דײַן מאַמע איז אַ סאָװע איצט,
װאָס קלאָגט איר װײטיק פֿאַרן װינט.»
דער מאַרשאַל גערינג שפּילט זיך מיט זײַן קינד.

* * *

דאָס דאָזיקע ליד האָב איך פֿאַרטראַכט
אין לאָנדאָן אין אַ האָספּיטאַל,
דאָס ליד פֿון טױטן קינד אין װעג
און פֿון דעם פֿעטן פֿעלד-מאַרשאַל,
װאָס טױט, און שפּילט זיך מיט זײַן קינד.



Main Page

Please report any error in lyrics or commentaries to antiwarsongs@gmail.com

Note for non-Italian users: Sorry, though the interface of this website is translated into English, most commentaries and biographies are in Italian and/or in other languages like French, German, Spanish, Russian etc.




hosted by inventati.org