Language   

אָדעסאַ מאַמאַ

Anonymous
Language: Yiddish



ווער עס איז נאר ניט געווען
אין דער שיינער שטאט אדעס,
האט די וועלט גאר ניט געזען
און ער ווייס ניט פון פראגרעס.
וואס מיר ווין און וואס פאריז,
בלאטע, חוזק, קיין פארגלייך,
נאר אדעס אט דארטן איז
א גן עדן, זאג איך אייך.
דארט אין א טראקטיר
דערלאנגט מען אייך ביר
און פארבייסן דערצי
א פרישע סקראמבלי.
באשמאלא און באליק
און צו דעם א שאשליק
מיט א גיט גלעזל וויין –
וואס קען בעסער נאך זיין?
אוי אדעסא מאמא,
ביסט מיר טייער ליב אן שיעור.
אוי אדעסא מאמא,
געוואלד איך ביינק נאך דיר!
אוי אדעסא מאמא,
ווער קען דיך פארגעסן, ווער?
אוי אדעסא מאמא,
איך זע דאך דיר נישט מער.
דיינע גאסן, טראטווארן
זיינען פרעכטיג, לעכטיג שיין.
די קאפייען, די בולווארן,
דאס פארגעסן קען מען ניין.
די שארבאנקעס, די ציגיינקעס,
מיט דעם טומל טא-רא-ראם,
די האטעלן, די מאמזעלן
ליגט מיר נאך יעצט אין טעם.
אוי אדעסא מאמא,
ביסט מיר טייער ליב אן שיעור.
אוי אדעסא מאמא,
געוואלד איך ביינק נאך דיר!
אוי אדעסא מאמא,
ווער קען דיך פארגעסן, ווער?
אוי אדעסא מאמא,
איך בענק נאך דיר און שווער.
איי, איי, איי, איי, איי,
דאס פארגעסן קען מען ניין,
איי, איי, איי, איי, איי,
ווי וואלט איך געוואלט דיך זען!
האפ טי די די די .......
אוי אדעס-אדעסא מאמא,
ביסט די שענסטע פאנאראמא,
יעדער איינער האט דיך שטארק געשעצט.
די שאנטאנען, רעסטאראנען,
היינט נאך וועסט דו דיך דערמאנען,
ווער ווייסט וואס איז געווארן פון דיר יעצט?
אדעס, אדעס, איך ביינק נאך דיר – אדעס!


Main Page

Please report any error in lyrics or commentaries to antiwarsongs@gmail.com

Note for non-Italian users: Sorry, though the interface of this website is translated into English, most commentaries and biographies are in Italian and/or in other languages like French, German, Spanish, Russian etc.




hosted by inventati.org