Lingua   

מאָטל דער אָפּרײטער

Khayim Toyber [Chaim Tauber] / הײם טױבער
Lingua: Yiddish




מאָטל דער אָפּרײטער
אין שאָפּ דאָרט שטענדיק נײט ער
אַלע יאָרן גײט אַרום אין שפּאַן
ער דרײט די קאַטערינק
און שוויצט בײַ דער מאַשינקע
מאָטל איז אַ ווױלער יונגער מאַן

אָ מאָטל האָט אַ ווײַב און קינדער צווײ
שווער און ביטטער אַרבעט ער פֿאַר זײ
און וואָס מאָטל אַרבעט שווערער
פֿאַרדינט דער באָס אַלעס מערער
און מאָטל בלײַבט דער זעלבער אָרעמאַן

וואָס זשע וויל דען מאָטל
דער אָפּרײטער מאָטל
ער וויל ניט קײן עשירות און קײן געלט
ער וויל פֿאַר ווײַב און קינדער ברױט
און אַ מאָל אַ שוך אַ קלײד
מאָטל וויל קײן סך נישט פֿון דער וועלט

אַ שטרײַק האָט אױסגעבראָכן
שױן גאַנצע צוועלף וואָכן
און מאָטל איז אַ גוטער יוניאָנמאַן
מאָטל דער אָפּרײטער
אַז מען שיקט אים, גײט ער
און מיט אַלע אין דער פּיקעטלײַן

אין שטוב זײַן ווײַב מיט קינדער צווײ
אױ, אָן אַ שטיקל ברױט האָט זי פֿאַר זײ
טוט מאָטל ווײ דאָס האַרץ
אַלעס קוקט אױס צו אים שוואַרץ
ער דרײט זיך לעבן שאַפּ מיט אַ סײַן

וואָס זשע וויל דען מאָטל
דער אָפּרײטער מאָטל
ער וויל ניט קײן עשירות און קײן געלט
ער וויל פֿאַר ווײַב און קינדער ברױט
און אַ מאָל אַ שוך אַ קלײד
מאָטל וויל קײן סך נישט פֿון דער וועלט

אין פּיקעטלײַן שטײט מאָטל
און אַ גענגסטער מיט אַ בוטל
באַפֿאַלן איז אים דאָרט אין מיטן גאַס
מיטן פֿלאַש וואָס ער האָט געהאַלטן
האָט ער מאָטלס קאָפּ צעשפּאַלטן
אין זײַן אײגן בלוט ווערט מאָטל נאַס

געוואָרן איז אַ טומל אַ געשרײ
געבראַכט אים צו זײַן ווײַב און קינדער צווײ
זײ ווײנען גיסן טרערן
נאָר מאָטל קען נישט הער
מאָטל האָט גע־ענדיקט שױן זײַן זשאָב

וואָס זשע וויל דען מאָטל
דער אָפּרײטער מאָטל
ער וויל ניט קײן עשירות און קײן געלט
ער וויל פֿאַר ווײַב און קינדער ברױט
איצט ליגט שױן מאָטל טױט
מאָטל וויל קײן סך נישט פֿון דער וועלט



Pagina principale CCG

Segnalate eventuali errori nei testi o nei commenti a antiwarsongs@gmail.com




hosted by inventati.org