Language   

Language: Yiddish




איך האָב אַ קלײנעם ייִנגעלע
אַ זונעלע גאָר פֿײַן
ווען איך דערזע אים דאַכט זיך מיר
די גאַנצע וועלט איז מײַן

נאָר זעלטן זעלטן זע איך אים
מײַן שײנעם ווען ער וואַכט
איך טרעף אים אימער שלאָפֿנדיק
איך זע אים נאָר בײַ נאַכט

די אַרבעט טרײַבט מיך פֿרי אַרױס
און לאָזט מיך שפּעט צוריק
אָ פֿרעמד איז מיר מײַן אײגן לײַב
אָ פֿרעמד מײַן קינדס אַ בליק

איך קום צעקלעמטערהײט אַהײם
אין פֿינצטערניש געהילט
מײַן בלײכע פֿרױ דערצײלט מיר באַלד
ווי פֿײַן דאָס קינד זיך שפּילט

ווי זיס עס רעדט ווי קלוג עס פֿרעגט
אָ מאַמע גוטע מאַ
ווען קומט און ברענגט אַ פּעני מיר
מײַן גוטער גוטער פּאַ

איך הער עס צו און אײל עס מוז
יאָ יאָ עס מוז געשען
די פֿאָטער־ליבע פֿלאַקערט אױף
עס מוז מײַן קינד מיך זען

איך שטײ בײַ זײַן געלעגערל
און זע און הער און שאַ
אַ טרױם באַוועגט די ליפּעלעך
אָ וווּ איז וווּ איז פּאַ

איך קוש די בלױע אײגעלעך
זײ עפֿנען זיך אָ קינד
זײ זעען מיך זײ זעען מיך
און שליסן זיך געשווינד

דאָ שטײט דײַן פּאַפּאַ טײַערער
אַ פּענעלע דיר נאַ
אַ טרױם באַוועגט די ליפּעלעך
אָ וווּ איז וווּ איז פּאַ

איך בלײַב צעווײטיקט און צעקלעמט
פֿאַרביטערט און איך קלער
ווען דו דערוואַכסט אַ מאָל מײַן קינד
געפֿינסטו מיך ניט מער



Main Page

Please report any error in lyrics or commentaries to antiwarsongs@gmail.com

Note for non-Italian users: Sorry, though the interface of this website is translated into English, most commentaries and biographies are in Italian and/or in other languages like French, German, Spanish, Russian etc.




hosted by inventati.org