Language   

ANONIMO / ANONYMOUS: דאָס געטאָ פֿון עזה

LA CCG N° 20000 / AWS NR 20000
Language: Yiddish





1.

מיר װאָס האָבן געלעבט
און זײַנען געשטאָרבן אין די געטאָס
צװישן הונגער און אָרעמקײַט,
מיר פּאַטרן ניט אַװסק דאָס װאָרט
ברידער.

װײַל מיר זײַנען און װילן
נאָר ברידער זײַן
פֿון זײ, װאָס האָבן געליטן
און לײַדן װי מיר

מיר װאָס האָבן געזען
שליסן זיך די טױערן
פֿון דער צײַט און דעם זכּרון
פֿאַר אַן אַרבעט
װאָס מאַכט נאָר שקלאַפֿן
אומענטשלעכע שמאַטעס אין די הענט
פֿון די פּײַניקערס

מיר װאָס האָבן געלעבט
און זײַנען געשטאָרבן אין די געטאָס
מיר װאָס זײַנען געגאַנגען
צו שװאַרצן און געשלאָסנעם טױט,
נײן.
מיר קענען נישט אַוועקפּאַטרן
דאָס װאָרט ברידער

2.

מיר פּאַטרן נישט אַװעק דאָס װאָרט ברידער
און דאָס װאָרט שװעסטער
און דאָס װאָרט קינדער
און דאָס װאָרט חבֿרים
און דאָס װאָרט שכנים
פֿאַר זײ, װאָס זײַנען ניט אונדזער ברידער
אָדער אונדזער שװעסטער
אָדער אונדזער קינדער
אָדער אונדזער חבֿרים
אָדער אונדזער שכנים

די װערטער זײַנען די אײנציקע זאַך
װאָס מיר האָבן
און אונדז איבערבלײַבט.
מיר פּאַטרן זײ ניט אַװעק
פֿאַר זײ, װאָס בױען געטאָס.
מיר פּאַטרן זײ ניט אַװעק
פֿאַר זײ, װאָס זעגן אונדז צו באַערן
און בױען די געטאָס בײַ די מוזײען.
מיר פּאַטרן זײ ניט אַװעק
פֿאַר זײ, װאָס פֿאַנגן און דריקן.
מיר פּאַטרן זײ ניט אַװעק
פֿאַר זײ, װאָס נעמט אונדזער נעמען
אונדזער לעבןס און אונדזער געשיכטעס
און אונדזער טױט
אום צו בױען מױערן פֿון געװײלטע פֿעלקער.
איר זײַט ניט אונדזער ברידער

3.

װאַרשע חרובֿ און פֿאַרחורבֿהט,
װאַרשע באַלאַגערט און געברענט
װאַרשע רוחות און חורבנות
װאַרשע אין אונדזער אױגן
װאַרשע אין אונדזער הענט
װאַרשע אין אונדזער לעבנס
װאַרשע אין אונדזער טױט
װאַרשע אין דעם קעגנשטאַנד
פֿון פֿרײַע מענער און פֿרױען
װאַרשע פֿון ברידער און שװעסטער

װאַרשע האָט ברידער און שװעסטער
װאַרשע האָט חבֿרים און חבֿרטעס
נאָר דאָרט, װוּ דער פֿלאַם
פֿון משוגען שטאָלצהײט האָט געשלאָגן.
נאָר דאָרט, װוּ דאָס קינד
גיט אָפּ מיט הענט אַרױף
צום סאָלדאַט.
נאָר דאָרט, װוּ מען װאַרפֿט
דעם שטײן קעגן דעם טאַנק.
נאָר דאָרט, װוּ מען מאַכט
דעם צוגעגרײטן חורבן.

װאַרשע האָט קײן ברידער
װאַרשע האָט קײן שװעסטער
דאָרט, װוּ װאַרשע װערט געניצט
אום אַנדערע הורבנות צו מאַכן.

װאַרשע האָט אױגן און געװיסן,
װאַרשע קענט דאָס געטאָ.
װאַרשע האָט ניט זײַן
פּריװילעגיע־נאַזיסטן.
װאַרשע קענט די נאַזיסטן
און דערקענט זײ גוט
אױך אין זײ, װאָס זעגן
זײ זײַנען ברידער און שװעסטער.
אזױ זײַן די ריכטיקע ברידער
אזױ זײַן די ריכטיקע שװעסטער
פֿון װאַרשע ניט אין דער װעלט
פֿון אױססשליסלעכע אַטאָמבאָמבן.
אזױ זײַן די ריכטיקע ברידער
אזױ זײַן די ריכטיקע שװעסטער
פֿון װאַרשע ניט דאָרט:
אַזױ זײַנען זײ אין עזה.

4.

אונדזער ברידער, אונדזער שװעסטער
האָבן נעמען, װאָס מיר האָבן ניט געקענט.
קײן יצחק, קײן רבקה
קײן שמואל, קײן שׂרה.
זײ הײסן איבראַהים, פֿאַטמאַ,
זײ הײסן מוהאַמאַד, לײַלה
זײ הײסן אַבער ריכטיק װי מיר:
זײ הײסן געטאָ.
זײ הײסן לאַגער.
זײ הײסן פֿאַרשטיקונג.

זײ הײסן רחל קאָרי
זײ הײסן װיטאָריאָ אַריגאָני
זײ הײסן די מױער חרוב מאַכן.
עס זײַן זײ, אונדזער ברידער,
עס זײַן זײ, אונדזער שװעסטער.

אין זײ דערקענגן מיר אונדז.
ברידער און שװעסטער פֿון די געטאָס
פֿון דער געשיכטע און דערצײַט.
פֿאַר זײ זינגן מיר
זאָג ניט קײנמאָל.
פֿאַר זײ פֿלאַנצן מיר
די געדענק־בעמער.
פֿאַר זײ שרײַבן טיר
די דאָזיקע װערטער
אױס דעם חושך און אױס די שרײַען
װוּ מיר לעבן אַ װײַטן טױט
און אָן אומקער.

מיר װאָס האָבן געלעבט
און זײַנען געשטאָרבן אין די געטאָס
צװישן הונגער און אָרעמקײַט,
מיר פּאַטרן ניט אַװסק דאָס װאָרט
ברידער.

ברידער און שװעסטער
אױס דעם געטאָ פֿון עזה
שלום עלינו.



Main Page

Please report any error in lyrics or commentaries to antiwarsongs@gmail.com

Note for non-Italian users: Sorry, though the interface of this website is translated into English, most commentaries and biographies are in Italian and/or in other languages like French, German, Spanish, Russian etc.




hosted by inventati.org