Lingua   

אַרבעטלאָזע מאַרש

Mordkhe Gebirtig [Mordechai Gebirtig] / מרדכי געבירטיג
Lingua: Yiddish


Mordkhe Gebirtig [Mordechai Gebirtig] / מרדכי געבירטיג


איינס, צוויי, דרײַ, פיר,
אַרבעטלאָזע זײַנען מיר,
נישט געהערט חדשים לאַנג,
אין פֿאַבריק דעם האַמער קלאַנג.
ס'ליגן כלים, האַלב פֿאַרגעסן,
עס נעמט דער זשאַווער זיי שוין פֿרעסן,
גיין מיר ארום אין גאַס,
ווי די גבֿירים פּוסט און פּאַס,
ווי די גבֿירים פּוסט און פּאַס.

איינס, צוויי, דרײַ, פיר
אַרבעטלאָזע זײַנען מיר,
אָן אַ בגד, אָן אַ היים,
אונזער בעט איז ערד און ליים.
האָט נאָך ווער וואָס צו געניסן,
טײַלט מען זיך מיט יעדן ביסן,
וואַסער, ווי די גבֿירים - ווײַן,
גיסן מיר אין זיך ארײַן,
גיסן מיר אין זיך ארײַן.

איינס, צוויי, דרײַ, פיר
אַרבעטלאָזע זײַנען מיר,
יאָרן לאַנג געאַרבעט שווער,
און געשאַפֿט אלץ מער און מער,
הײַזער, שלעסער, שטעט און לענדער,
פֿאַר אַ הױפֿעלע פֿאַרשווענדער,
אונזער לוין דערפֿאַר איז וואָס,
הונגער נויט און ארבעטלאָז,
הונגער נויט און ארבעטלאָז.

איינס, צוויי, דרײַ, פיר,
אָט אַזוי מאַרשירן מיר,
אַרבעטלאָזע שריט נאָך שריט,
און מיר זינגן זיך אַ ליד,
פֿון אַ לאַנד, אַ וועלט א נײַע
וואו עס וואוינען מענטשן פרײַע,
ארבעטלאָז איז קיין שום האַנד,
אין דעם נײַעם פֿרײַען לאַנד,
אין דעם נײַעם פֿרײַען לאַנד



Pagina principale CCG

Segnalate eventuali errori nei testi o nei commenti a antiwarsongs@gmail.com




hosted by inventati.org