Langue   

אין אַלע גאַסן אָדער הײ, הײ, דאַלױ פּאָליצײ

anonyme
Langue: yiddish




אין אַלע גאַסן, וווּ מען גייט,
הערט מען זאַבאַסטאָווקעס.
ייִנגלעך, מיידלעך, קינד־און־קייט,
שמועסן פֿון פּריבאָװקעס.
ייִנגלעך, מיידלעך, קינד־און־קייט,
שמועסן פֿון פּריבאָװקעס.

גענוג שוין, ברידער, האָרעווען,
גענוג שוין באָרגן־לײַען,
מאַכט אַ זאַבאַסטאָווקע,
לאָמיר, ברידער, זיך באַפֿרײַען!
מאַכט אַ זאַבאַסטאָווקע,
לאָמיר, ברידער, זיך באַפֿרײַען!

ברידער און שוועסטער,
לאָמיר זיך געבן די הענט,
לאָמיר מיקאָלײַקעלען
צעברעכן די ווענט!
היי, היי, דאָלוי פּאָליציי,
דאָלוי סאַמאָדערזשאַוויע וו׳ראָסיי!
היי, היי, דאָלוי פּאָליציי,
דאָלוי סאַמאָדערזשאַוויע וו׳ראָסיי!

ברידער און שוועסטער,
לאָמיר גיין צוזאַמען.
לאָמיר מיקאָלײַקעלען
באַגראָבן מיט דער מאַמען!
היי, היי, דאָלוי פּאָליציי,
דאָלוי סאַמאָדערזשאַוויעץ וו׳ראָסיי

ברידער און שװעסטער,
לאָמיר זיך ניט אירצן,
לאָמיר מיקאָלײַקעלען
די יאָרעלעך פֿאַרקירצן!

היי, היי, דאָלוי פּאָליציי,
דאָלוי סאַמאָדערזשאַוויע וו׳ראָסיי!

נעכטן האָט ער געפֿירט
אַ וועגעלע מיסט,
הײַנט איז ער געוואָרן
אַ קאַפּיטאַליסט.

היי, היי, דאָלוי פּאָליציי,
דאָלוי סאַמאָדערזשאַוויע וו׳ראָסיי!

ברידער און שוועסטער,
לאָמיר גיין צוזאַמען.
לאָמיר מיקאָלײַקעלען
באַגראָבן מיט דער מאַמען!

היי, היי, דאָלוי פּאָליציי,
דאָלוי סאַמאָדערזשאַוויע וו׳ראָסיי!

קאָזאַקן, זשאַנדאַרמען,
אַראָפּ פֿון די פֿערד!
דער רוסישער קײסער
ליגט שױן אין ד'ר ערד!

היי, היי, דאָלוי פּאָליציי,
דאָלוי סאַמאָדערזשאַוויע וו׳ראָסיי!



Page principale CCG

indiquer les éventuelles erreurs dans les textes ou dans les commentaires antiwarsongs@gmail.com




hosted by inventati.org