Lingua   

Lingua: Yiddish


Moris Roznfeld [Morris Rosenfeld]  / מאָריס ראָזנפֿעלד


ניט זוך מיך װוּ די מירטן גרינען
געפֿינסט מיך דאָרטן ניט, מײַן שאַץ.
װוּ לעבענס װעלקן בײַ מאַשינען;
דאָרטן איז מײַן רוע פּלאַץ,
דאָרטן איז מײַן רוע פּלאַץ.

ניט זוך מיך װוּ די פֿײגל זינגען.
געפֿינסט מיך דאָרטן ניט, מײַן שאַץ.
אַ שקלאַף בין איך, װוּ קײטן קלינגען;
דאָרטן איז מײַן רוע פּלאַץ,
דאָרטן איז מײַן רוע פּלאַץ.

ניט זוך טיך װוּ פֿאָנטאַנען שפּריצן.
געפֿינסט מיך דאָרטן ניט, מײַן שאַץ.
װוּ טרערן רינען, צײנער קריצן;
דאָרטן איז מײַן רוע פּלאַץ,
דאָרטן איז מײַן רוע פּלאַץ.

און ליבסחו מיך מיט װאַרער ליבע,
טאָ קום צו מיר, מײַן גוטער שאַץ,
און האַטער אױף מײַן האַרץ האָס טריבע.
און טאַך מיר זיס מײַן רוע פּלאַץ,
און טאַך מיר זיס מײַן רוע פּלאַץ.



Pagina principale CCG

Segnalate eventuali errori nei testi o nei commenti a antiwarsongs@gmail.com




hosted by inventati.org