Language   

אונטער די פּױלךשע גרינינקע בײמעלעך

Yoysef Papiernikof [Joseph Papiernikov] / יוסף פּאַפּיערניקאָף
Language: Yiddish




אונטער די פּױלךשע גרינינקע בײמעלעך
שפּילן זיך מער ניט קײן משהלעך, שלמהלעך,
שפּילן זיך מער ניט קײן שׂרהלעך, לילהעך
ניט אױף קײן גרעזעלעך, ניט אױף קײן שנײעלעך.

ס'הילכן שױן מער ניט די ייׅדישע שטימעםעך
פֿון די קונדסימלעך, מאָטעלעך, שימעלעך,
מיט די צעקרעלטע, צעדראַפּעטע צורהלעך,
פֿונעם באַװײַזן װוּנדײרים און גבורהלעך.

ס'טרױערן אַצינד, די פּױליתע בײמעלעך
טױט זײַנען ייׅדישע הײמען און הײמעלעך,
טױט זײַנען געסעלעך, חרוב די הײַזעלעך
װוּ עס פֿאַרשטעקן זיך קינדער, װי מײַזעלעך.

ייׅדישע קינדער מיט גרױסע אײגעלעך
שװאַרצע אַזױ װי מיט חושך פֿאַרצױגענע,
אײגעלעך פֿולע, מיט פּחד פֿאַרלאָפֿענע,
אונטער דעם אומגליק -דעם ברױנעם- געטראָפֿענע.

אונטער די פּױלךשע גרינינקע בײמעלעך
שפּילן זיך מער ניט קײן משהלעך, שלמהלעך,
שפּילן זיך מער ניט קײן שׂרהלעך, לילהעך
ניט אױף קײן גרעזעלעך, ניט אױף קײן שנײעלעך.



Main Page

Please report any error in lyrics or commentaries to antiwarsongs@gmail.com

Note for non-Italian users: Sorry, though the interface of this website is translated into English, most commentaries and biographies are in Italian and/or in other languages like French, German, Spanish, Russian etc.




hosted by inventati.org