Langue   

צום בעסערן מאָרגן

Kasriel Broydo / קסריאל ברױדו
Langue: yiddish




אין צײַט פֿון װינטן גרױע, שװערע,
װען שטורעם הערשט אױף גאָר דער װעלט,
העלפֿט ניט דאָס פֿאַרגיסן טרערן,
העלפֿט ניט װײנען,
“ס'איז באַשערט.”
ס'איז אַ װינט װאָס רײַסט אױס גאַנצע גלידער,
ס'איז אַ װינט װאָס װױעט אין געבײן.
מיר בױגן זיך נאָר, װעלן אופֿשטײן װידער,
מיר מוזן װײַטער שפּאַנען, װידער גײן!

טיר שפּאַנען צום בעסערן מאָרגן,
מיר גײען צו אַנדערע טעג,
און כאָטש ס'איז די פֿרײד נאָך פֿאַרבאָרגן,
דאָך ציט זיך פֿאָרױס אונדזער װעג.
עס שמײכלט פֿון װײַטן
אַ װעלט אַ בַנײַטע.
צעצױבערט, צעבליט און צעבלומט,
מיר זײַנען די גלױבער
אין אָט אָ דעם צױבסר -
מיר װײסן אױף זיכער: עס קומט!



Page principale CCG

indiquer les éventuelles erreurs dans les textes ou dans les commentaires antiwarsongs@gmail.com




hosted by inventati.org