Lingua   

געהאַט האָב איך אַ הײם

Mordkhe Gebirtig [Mordechai Gebirtig] / מרדכי געבירטיג
Lingua: Yiddish




געהאַט האָב איך אַ הײם ,אַ שטיקל רױם
אַ ביסל װירטשאַפֿט װי אָרעמע לײַט
װי צוגעבונדן װאָרצלען צו אַ בױם
האָב איך זיך מיט מײַן ביסל אָרעמקײט

געקומען זײַנען זײ מיט האַס און טױט
מײַן אָרעם שטיקל הײם װאָס איך פֿאַרמאָג
װאָס איך מיט מי האָב יאָרן לאַנג געבױט
פֿארניכטעט האָבן זײ דאָס אין אײן טאָג

געהאַט האָב איך אַ הײם ,אַ שטיבל און אַ קיך
און שטיל געלעבט אַזױ זיך יאָרן לאַנג
געהאַט פֿיל עוטע פֿרײַנד , חברים אַרום זיך
אַ שטיבל פֿול מיט לידער און געזאַנג

געקומען זײַוען זײ, װי קומען װאָלט אַ פּעסט
אַרױסגעיאָגט פֿון שטאָט מיט װײַב און קינד
געבליבן אָן אַ הײם װי פֿײגל אָן אַ נעסט
נישט װיסנדיק פֿאַר װאָס, פֿאַר װעלכע זינד

געהאַט האָב איך אַ הײם, איצט האָב איך זי נישט מער
אַ שפּיל געװען פֿאַר זײ מײַן אונטערגאַנג
איך זוך איצט אַ נײַע הײם, נאָר שבער, אױ זײער שבער
און ׳ך בײס נישט װוּ און ׳ך בײס נישט אַפֿ װי לאַנג



Pagina principale CCG

Segnalate eventuali errori nei testi o nei commenti a antiwarsongs@gmail.com




hosted by inventati.org