Language   

רבקהלע די שבתדיקע

Paysakh Kaplan [Pesach Kaplan] / פסך קאַפּלאַן
Language: Yiddish




רבקהלע די שבתדיקע אַרבעט אין פֿאַבריק,
זי שפּינט אַ פֿאָדעם נאָך אַ פֿאָדעמל, פֿלעכט צונױף די שטריק.
אױ די געטאָ, די פֿינצטערע, דױערט אַזױ לאַנג,
‘װערט מײַן האַרץ פֿאַרומעט, טוט מיר אַזױ באַנק,’
זיצט זיך רבקהלע פֿון בענקשאַפֿט, אױ אױ אױ פֿאַרשמאַכט,
װעגן איר טײַער הערשעלע שטענדיק נאָר זי טראַכט.
‘אױ װי ביטער איז אים דאָרט, פֿינצטער איז מיר דאָ,
זינט פֿון יענעם שבת, זינט פֿון יענער שעה.’
זיצט זיך רבקהלע און טרײסט איר אײן-און-אײנציק קינד,
‘קומען װעט דער טאַטע, קומען װעט געשװינד.
ברענגען װעט ער עסן, גאָר אַ סך ברױט.’
ניט געװוסט האָט רבקהלע אַז הערשעלע איז טױט.



Main Page

Please report any error in lyrics or commentaries to antiwarsongs@gmail.com

Note for non-Italian users: Sorry, though the interface of this website is translated into English, most commentaries and biographies are in Italian and/or in other languages like French, German, Spanish, Russian etc.




hosted by inventati.org