Langue   

Langue: yiddish




אוי מאַמע כ’וויל אַ ביזל מילך.
ז’איז טרוקן מיר מײַן גומען.
מײַן קינד, אַ בײזער פּאַסטעך
האָט די אַלע קי פֿאַרנומען.

טאָ גיב מיר מאַמע ברויט אַ ביז,
דעם הונגער מיר צו שטילן.
ניטאָ מײַן קינד אַ װאַסער
האָט פאַרטרונקען אלצ מילן.

א װאַסער װילד, אַ װאַסער רויט
האָט זײ אָפּגעטראָגן.
און אַלע מילנער זײַנען איצט
אװעק אין פעלד זיך שלאָגן.

טאָ װוּ שע איז דער טאַטע איצט
ער זאָל אונדז עזען קריגן.
דער טאַטע איז אבעק מיט זײ
אַ שׁונא צו באַזיגן.

דער טאַטע איז אויך אין פֿעלד.
דו הערסט מײַן קינד אַ ברומען?
ער איז אַװעק, ער איז ניטאָ
װער װײז צי װעט ער קומען



Page principale CCG

indiquer les éventuelles erreurs dans les textes ou dans les commentaires antiwarsongs@gmail.com




hosted by inventati.org