Lingua   

Lingua: Yiddish


Moris Vintshevski [Morris Winchevsky]  / מאָריס װינטשעװסקי


און מיר זײַנען אַלע ברידער, אוי, אוי, אַלע ברידער,
און מיר זינגען פרײלעכע לידער, אוי, אוי, אוי.

און מיר האַלטן זיך אין אײנעם, אוי, אוי, אוי, זיך אין אײנעם,
אזלחות איז ניתאָ בײַ קײנעם, אוי, אוי, אוי.

טראַ-לאַ-לאַ, טראַ-לאַ-לאַ. טראַ-לאַ-לאַ, טראַ-לאַ-לאַ
טראַ-לאַ-לאַ-לאַ, טראַ-לאַ-לאַ.

און מיר זײַנען אַלע אײניק, אוי, אוי, אַלע אײניק!
צי מיר זײַנען פֿיל צי װײניק, אוי, אוי, אוי!

און מיר ליבן זיך דאָך אַלע, אוי, אוי, זיך דאָך אַלע!
װי אַ כאָסן מיט אַ קאַלע, אוי, אוי, אוי!

און מיר זײַנען פֿרײלעך, מונטער, אוי, אוי, פֿרײלעך, מונטער!
זינגן לידער, טאַנצן אונטער, אוי, אוי, אוי.

און מיר זײַנען אַלע שװעסטער, אוי, אוי, אַלע שװעסטער,
אַזוי װי ראחל, רות און אסתר, אוי, אוי, אוי.

און מיר זײַנען אַלע פֿרײלעך, אוי, אוי, אַלע פֿרײלעך,
װי יונתן און דויד המלך, אוי, אוי, אוי



Pagina principale CCG

Segnalate eventuali errori nei testi o nei commenti a antiwarsongs@gmail.com




hosted by inventati.org