Originale | Traduzione inglese letterale completa.
|
צום װינטער, אָדער אַ װינטער־ליד, אָדער הוליעט, הוליעט בײזע װינטן | [HOWL, HOWL, RAGING WINDS] |
| |
הוליעט, הוליעט בייזע ווינטן, | Howl, howl, raging winds! |
פֿרײַ באַהערשט די וועלט! | Rule the world without restraints! |
ברעכט די צווײַגן, וואַרפֿט די ביימער, | Smash the branches, hurl the trees. |
טוט וואָס אײַך געפֿעלט! | Do whatever you will. |
| |
טרײַבט די פֿייגל פֿון די וועלדער | Drive the birds from the field |
און פֿאַריאָגט זיי פֿאָרט; | And chase them away. |
די וואָס קענען ווײַט נישט פֿליִען, — | Those that can't fly |
טייט זיי אויפֿן אָרט! | Kill at once. |
| |
רײַסט די לאָדןס פֿון די פֿענצטער, | Tear the shutters from the houses, |
שויבן ברעכט אַרויס! | Smash the windowpanes. |
ברענט אַ ליכטל ערגעץ טונקל, — | If somewhere a candle burns in darkness, |
לעשט מיט צאָרן אויס! | Extinguish it with rage. |
| |
הוליעט, הוליעט בייזע ווינטן, | Howl, howl, raging winds! |
איצט איז אײַער צײַט! | Now your time has come. |
לאַנג וועט דויערן דער ווינטער, | Winter will last a long time. |
זומער איז נאָך ווײַט!… | Summer is still far off. |