Originale | La traduzione ebraica di Pesach Kaplan
|
אויפֿן פּריפּעטשיק | חדר קטן |
| |
אויפן פריפעטשיק ברענט אַ פייערל | חדר קטן, צר וחמים, |
און אין שטוב איז הייס, | ועל הכירה - אש, |
און דער רבי לערנט קליינע קינדערלעך | שם הרבי את תלמידיו |
דעם אלף־בית. | מורה אלף־בית. |
| |
זאגט זשע, קינדערלעך, געדענקט זשע טייערע, | את תורתי, ילדי חמד, |
וואס איר לערנט דא; | שמעו, זכרו נא! |
זאגט זשע נאך אַ מאל, און טאַקע נאך אַ מאל: | שנו, ילדים, וחזורו: |
קמץ־אלף: אָ! | קמץ־אלף - א. |
| |
לערנט, קינדער, מיט גרויס חשק, | שימו עין, הטו אזן |
אזוי זאג איך אייך אן; | אל הכתוב פה, |
ווער ס'וועט גיכער פון אייך קענען עברי, | מי שיקרא היטב עברית, |
דער באקומט א פאהן. | דגל אתן לו. |
| |
זאגט זשע, קינדערלעך, געדענקט זשע טייערע, | את תורתי, ילדי חמד, |
וואס איר לערנט דא; | שמעו, זכרו נא! |
זאגט זשע נאך אַ מאל, און טאַקע נאך אַ מאל: | שנו, ילדים, וחזורו: |
קמץ־אלף: אָ | קמץ־אלף – א |
| |
לערנט, קינדער, האט נישט מורא, | התחלות תמיד קשות, |
יעדער אנהייב איז שווער; | אחר יקל מאד, |
גליקלעך דער וואס האט געלערנט תורה, | אשרי מי שלמד תורה! |
צי דארף א מענטש נאך מער? | מה ליהודי עוד? |
| |
זאגט זשע, קינדערלעך, געדענקט זשע טייערע, | את תורתי, ילדי חמד, |
וואס איר לערנט דא; | שמעו, זכרו נא! |
זאגט זשע נאך אַ מאל, און טאַקע נאך אַ מאל: | שנו, ילדים, וחזורו: |
קמץ־אלף: אָ | קמץ־אלף – א |
| |
איר וועט, קינדער, עלטער ווערן, | עת תזקינו, אף תבינו |
וועט איר אליין פארשטיין, | באותיות שם, |
וויפל אין די אותיות ליגן טרערן | תראו, כמה דמעות תוכן, |
און וויפל געוויין... | וכמה נחלי דם. |
| |
זאגט זשע, קינדערלעך, געדענקט זשע טייערע, | את תורתי, ילדי חמד, |
וואס איר לערנט דא; | שמעו, זכרו נא! |
זאגט זשע נאך אַ מאל, און טאַקע נאך אַ מאל: | שנו, ילדים, וחזורו: |
קמץ־אלף: אָ | קמץ־אלף – א |
| |
אז איר וועט, קינדער, דעם גלות שלעפן, | ועת בגלות תשאו עלכם, |
אויסגעמוטשעט זיין, | אף תאנחו מר, |
זאלט איר פון די אותיות כוח שעפן, | באותיות אז תבקשו |
קוקט אין זיי אריין. | נחם מכל צר |
| |
זאגט זשע, קינדערלעך, געדענקט זשע טייערע, | את תורתי, ילדי חמד, |
וואס איר לערנט דא; | שמעו, זכרו נא! |
זאגט זשע נאך אַ מאל, און טאַקע נאך אַ מאל: | שנו, ילדים, וחזורו: |
קמץ־אלף: אָ | קמץ־אלף - א |