Originale | La trascrizione in caratteri latini.
|
מלחמה־באַלאַדע | MILKHOME BALADE |
| |
געשריבן אין טאָג, װען היטלער איז געװאָרן קאַנצלער. | Geshribn in tog, ven Hitler iz gevorn kantsler. |
| |
שפּינגעװעב און טרױער הילן אײַא די כאַטעס, | Shpingeveb un troyer hiln ayn di khates |
װײַט אין די אָקאָפּעס בלוטיקן די טאַטעס | vayt in di okopes blutikn di tates |
| |
און די מאַמעס הורן אין די שטאַםן מיטן טױט | Un di mames hurn in di shtaln mitn toyt |
פֿאַר אַ היטל צוקער און אַ לאַבן ברױט. | far a hitl tsuker un a labn broyt. |
| |
שטײען קינדער בײַ די פֿענצטער און זײ זעען | Shteyen kinder bay di fentster un zey zeen |
בערדיקע סאָלדאַטן צו די פֿראָנטן גײען. | berdike soldatn tsu di frontn geyen. |
| |
װיקטאָריאַ, װיקטאָריאַ!, און דאָב ליד | “Viktorya, viktorya!”, un dos lid |
נעמט די פֿרײד פֿון אַלע דערפֿער מיט. | nemt di freyd fun ale derfer mit. |
| |
רױטע װאָלקנס אין האַרבסטיקע פֿאַרנאַכטן, | Royte volkns in di harbstike farnakhtn, |
פֿאַרבלוטיקטע באַנדאַזשן אין די שלאַכטן. | farblutikte bandazhn in di shlakhtn. |
| |
שטײען קינדער בײַ די פֿענצטער און זײ זעען | Shteyen kinder bay di fentster un zey zen |
בערדיקע סאָלדאַטן צו די פֿראָנטן גײען. | berdike soldatn tsu di frontn geyen. |
| |
װיקטאָריאַ, װיקטאָריאַ!, און דאָב ליד | “Viktorya, viktorya!”, un dos lid |
נעמט דאָס גאָלד פֿון אַלע פֿעלדער מיט. | nemt dos gold fun ale felder mit. |
| |
בערדיקע סאָלדאַטן, לעצטע װעגן, לעצטע שעהן, | Berdike soldatn, letste vegn, letste shoen, |
און דער אָװנט זינגט דאָס גײַסטער־ליד פֿון קראָען. | un der ovnt zingt dos gayster-lid fun kroen. |
| |
שטײען קינדער בײַ די פֿענצטער און זײ זעען | Shteyen kinder bay di fentster un zey zeen |
די רױטע ערד אין אַ שװינדלראָד זיך דרײען. | di royte erd in a shvindlrod zikh dreyen. |
| |
אָ, יעדער װעג אַ קרײַץ, אָױף יעדן קרײַץ אַ פּױער, | O, yeder veg a krayts, oyf yedn krayts a poyer, |
שטאָט און דאָרף צעשאָסן, שפּינגעװעב און טרױער. | shtot un dorf tseshosn, shpingeveb un troyer. |
| |
רױטע שׂרפֿות, בלאָע גאַזן, שרעק־סיגנאַלן, | Royte sreyfes, bloe gazn, shrek-signaln, |
אױף װײַסע גײַסטערפֿערד רײַטן גענעראַלן. | oyf vayse gaysterferd raytn generaln. |
| |
אַלטע גענעראַלן – געבױגענע אין דרײען | Alte generaln – geboygene in dreyen |
איבערן טױטנ־גוף פֿון ריזיקע אַרמײען. | ibern toytn-guf fun rizike armeyen. |
| |
דעמערונג אין טיפֿוס־פֿלעקן, לעצטע שעהן, | Demerung in tifus-flekn, letste shoen, |
און דער אָװנט זינגט דאָס גײַסטער־ליד פֿון קראָען. | un der ovnt zingt dos gayster-lid fun kroen. |
| |
ציטערן די קינדער און זײ טוכיען זיך צוזאַמען, | Tsitern di kinder un zey tulyen zikh tsuzamen, |
שרײַט אין זײ די בענקשאַפֿט צו דער מאַמען. | shrayt in zey di benkshaft tsu der mamen. |
| |
נאָר די הורן אין די שטאַלן מיטן טױט | Nor di mames hurn in di shtaln mitn toyt |
פֿאַר אַ היטל צוקער און אַ לאַבן ברױט. | far a hitl tsuker un a labn broyt. |