זאָג ניט קײנמאָל
Hirsh Glik / הירש גליקOriginal | Versione tedesca anonima. |
זאָג ניט קײנמאָל | SAG NICHT KEINMAL |
זאָג ניט קיינמאָל אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג, כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלאָע טעג ; ווײַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה – עס וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זײַנען דאָ! ווײַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה – עס וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זײַנען דאָ! | Sag nicht keinmal das du gehst den letzten Gang Wenn auch der Himmel Trüb und dein Herz ist bang kommen wird noch unsre heldenhafte Schar unsre Schritte werden dröhnen, – “Wir sind da”. |
פֿון גרינעם פּאַלמען־לאַנד ביז לאַנד פֿון ווייַטן שניי, מיר קומען אָן מיט אונדזער פּײַן, מיט אונדזער וויי. און וווּ געפֿאַלן ס'איז אַ שפּריץ פֿון אונדזער בלוט, ס'וועט אַ שפּראָץ דאָרט אונדזער גבֿורה אונדזער מוט. און וווּ געפֿאַלן ס'איז אַ שפּריץ פֿון אונדזער בלוט, ס'וועט אַ שפּראָץ דאָרט אונדזער גבֿורה אונדזער מוט. | Vom grünen Palmenland bis weitem Land aus Schnee Wir kommen an mit unsrem Leid, mit unsrem Weh und wo gefallen ist ein Spritz von unserm Blut wachsen wird dort unsre Kraft und unser Mut. |
ס´וועט די מאָרגן-זון באַגילדן אונדז דעם הײַנט, און דער נעכטן וועט פֿאַרשווינדן מיטן פֿײַנט, און אויב פֿאַרזאַמען וועט די זון אין דעם קאַיאָר – ווי אַ פּאַראָל זאָל גיין דאָס ליד פֿון דור צו דור. און אויב פֿאַרזאַמען וועט די זון אין דעם קאַיאָר – ווי אַ פּאַראָל זאָל גיין דאָס ליד פֿון דור צו דור. | Es ist die Morgensonne die uns golden scheint und die Vergangenheit verschwindet mit dem Feind doch unser Kampf steht heute uns bevor wie ein Fanal soll gehen das Lied von Tor zu Tor. |
דאָס ליד געשריבן איז מיט בלוט און ניט מיט בלײַ, ס´איז ניט קיין ליד פֿון אַ פֿויגל אויף דער פֿרײַ. דאָס האָט אַ פֿאָלק צווישן פֿאַלנדיקע ווענט, דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט. דאָס האָט אַ פֿאָלק צווישן פֿאַלנדיקע ווענט, דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט. | Das Lied geschrieben ist mit Blut und nicht mit Blei Es ist kein Liedel von dem Vogel, leicht und frei es hat ein Volk zwischen eingestürzten Wänden das Lied geschrieben mit Pistolen in den Händen. |
טאָ זאָג ניט קיינמאָל אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג, כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלאָע טעג. ווײַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה – עס וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זײַנען דאָ! ווײַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה – עס וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זײַנען דאָ! | Sag nicht keinmal das du gehst den letzten Gang Wenn auch der Himmel Trüb und dein Herz ist bang kommen wird noch unsre heldenhafte Schar unsre schritte werden dröhnen, – Wir sind da. |