Lingua   

Lingua: Yiddish


Dovid Beyglman [David Beygelman]  / דויד בײגלמאַן


פֿינסטער די נאַכט, װי קױלן שװאַרץ,
נאָר טראַכט און טראַכט, און ס'קלאַפּט
מײַן האַרץ.
מיר ציגײַנער לעבן װי קײנער!
מיר לײַדן נױט, גענוג קױם אױף ברױט.

דזום, דזום, דזום, דזום, דזום
דזום, דזום
מיר פֿליׅען אַרום װ׳ די טשײַקעס
דזום, דזום, דזום, דזום, דזום
דזום, דזום
מיר שפּילן אױפֿ די באַלאַלײַקעס

ניט װוּ מען טאָגט, ניט װוּ מען נאַכט;
אַ יעדער זיך פּלאָגט, נאָר כ'טראַכט
און טראַכט.
מיר ציגײַנער לעבן װי קײנער!
מיר לײַדן נױט, גענוג קױם אױפֿ ברױט.

דזום, דזום, דזום, דזום, דזום
דזום, דזום
מיר פֿליִען אַרום װ׳ די טשײַקעס
דזום, דזום, דזום, דזום, דזום
דזום, דזום
מיר שפּילן אױף די באַלאַלײַקעס.



Pagina principale CCG

Segnalate eventuali errori nei testi o nei commenti a antiwarsongs@gmail.com




hosted by inventati.org