Language   

ביאַליסטאָק, מײַן הײם

Yitskhok Perlov / יצחק פּערלאָװ
Language: Yiddish


Yitskhok Perlov / יצחק פּערלאָװ


ביאַליסטאָק, ביסט מײַן שענסטער חלום,
ביאַליסטאָק, אַלע מײַנע לידער זײַנען אַצינדער
זײַנען אַצינד געווענדעט צו דיר.


איך האָב די האָפןוןג נישט פאַרלוירן
צו זען די שטאָט וואו כ'בין געבוירן,
צו זען מײַן היים, מײַן ליבע היימ,
פון ברעטלעך, ציגל און פון ליים.

פאַרמאַך איך נאָר אַזוי די וויעס
אױף דיינע גאַסן זע איך תּליות,
חורבֿות, מיסט, ס'האָט דער פאשיסט
מײַן ליבע היימשטאַט דיך פאַרוויסט אוי, אוי ,אוי.

ביאַליסטאָק, כ'געדענק אַ יעדעס געסל און יעדעס הויז,
ביאַליסטאָק, איך בענק ווי עס בענקט אַ קינד נאָכן מאַמעס שויס,
ביאַליסטאָק, ביסט מײַן שענסטער חלום,
ביאַליסטאָק, אַלע מײַנע לידער זײַנען אַצינדער
זײַנען אַצינד געווענדעט צו דיר.

וואָס פאַרלאַנג איך מער?
איך וויל אָפּווישן מײַן מאַמעס הייסע טרער,
דאָס איז מײַן באַגער,
איך וויל אומקערן צו דיר איך שווער.

ביאַליסטאָק, ביסט מײַן שענסטער חלום,
ביאַליסטאָק, אַלע מײַנע לידער זײַנען אַצינדער
זײַנען אַצינד געווענדעט צו דיר.

מיין מאַמעס פּנים איך זע דעם בלאַסן
דורך די פענצטער אויף די גאַסן,
זי וואַרט מײַן טרייסט, זי וואַרט אין ווייס
אַז זי וועט ווערן אויסגעלייזט.

איך זע עס קומט דער טאָג דער פענצטער
מיט נײַע דעכער און פֿענצטער,
דו ווערסט באַפרייט, די ווערסט באַנייט
און שׂימחת וועלן זיין באַגלייט.

ביאַליסטאָק, כ'געדענק אַ יעדעס געסל און יעדעס הויז,
ביאַליסטאָק, איך בענק ווי עס בענקט אַ קינד נאָכן מאַמעס שויס,
ביאַליסטאָק, ביסט מײַן שענסטער חלום,
ביאַליסטאָק, אַלע מײַנע לידער זײַנען אַצינדער
זײַנען אַצינד געווענדעט צו דיר.

וואָס פאַרלאַנג איך מער?
איך וויל אָפּווישן מײַן מאַמעס הייסע טרער,
דאָס איז מײַן באַגער,
איך וויל אומקערן צו דיר איך שווער.

ביאַליסטאָק, ביסט מײַן שענסטער חלום,
ביאַליסטאָק, אַלע מײַנע לידער זײַנען אַצינדער
זײַנען אַצינד געווענדעט צו דיר.



Main Page

Please report any error in lyrics or commentaries to antiwarsongs@gmail.com

Note for non-Italian users: Sorry, though the interface of this website is translated into English, most commentaries and biographies are in Italian and/or in other languages like French, German, Spanish, Russian etc.




hosted by inventati.org