Lingua   

אין שאַפּ, אָדער די סװעט־שאַפּ

Moris Roznfeld [Morris Rosenfeld] / מאָריס ראָזנפֿעלד
Lingua: Yiddish




עס רױשן אין שאַפּ אַזױ װילד די מאַשינען,
אַז אָפֿטמאָל פֿאַרגעס איך אין רױש דאָס איך בין; ―
איך װער אין דעם שרעקלעכן טומל פֿאַרלאָרן,
מײן איך װערט דאָרט בטל, איך װער אַ מאַשין;
איך אַרבעט, און אַרבעט אָן חשבון,
עס שאַפֿט זיך, און שאַפֿט זיך, און שאַפֿט זיך אָן צאָל;
פֿאַר װאָס? און פֿאַר װעמען? איך װײס ניט, איך פֿרעג ניט, ―
װי קומט אַ מאַשינע צו דענקען אַ מאָל?

ניט דאָ קײן געפֿיל, קײן געדאַנק, קײן פֿאַרשטאַנד גאָר: -
די ביטערע, בלוטיגע, אַרבעט דערשלאָגט
דאָס עדעלסטע, שײנסטע און בעסטע דאָס רײַכסטע,
דאָס טיפֿסטע, דאָס העכסטע װאָס לעבן פֿאַרמאָגט.
עס שװינדן סעקונדן, מינוטן און שטונדן,
גאָר זעגלשנעל לױפֿן די נעכט מיט די טעג; -
איך טרײַב די מאַשין גלײַך איך װיל זײ דעריאָגן,
איך יאָג אָן אַ שׂכל, איך יאָג אָן אַ ברעג

דער זײגער אין װאָרקשאַפ, ער רוט ניט אַפֿילו,
ער װײסט אַלץ, און קלאַפּט אַלץ, און װעקט נאָכאַנאַנד; -
געזאָגט האָט אַ מענטש מיר אַ מאָל די באַדײַטונג:
זײַן װײסן און װעקן, דאָרט לײגט אַ פֿאַרשטאַנד;
נאָר עטװאָס געדענקט זיך מיר, פּונקט װי פֿון חלום; -
דער זײגער, ער װעקט אין מיר לעבן און זין,
און נאָך עפּעס, - איך האָב פֿאַרגעסן, - ניט פֿרעגט עס!
איך װײס ניט, איך װײס ניט, איך בין אַ מאַשין!...

און צײַטנװײַז װען איך דערהער שױן דעם זײגער
פֿאַרשטײ איך גאַנץ אַנדערס זײַן װײַסן, זײַן שפּראַך,
מיר דאַכט, אַז עס נוקעט מיך אומרו,
'ך זאָל אַרבעטן, אַרבעטן, מערער אַ סך.
איך הער אין זײַן טאָן נאָר דעם באָס װילדן בײזער.
זײַן פֿינסטערן קוק אין די װײַסער די צװײ; -
דער זײגער, מיר סקרוכעט, מיר דאַכט אַז ער טרײַבט מיך
און רופֿט מיך: “מאַשינע!”, און שרײַט צו מיר: “נײ!”...

נאָר דאַן װען'ס איז שטילער דער װילדער געטומל,
אַװעק איז דער מײַסטער אין מיטאַגצײַטשטונד,
אָ, הײבט אין קאָפּ בײַ מיר גלײַך אָן צו טאָגן,
אין הערצן צו ציען, - איך פֿיל דאַן מײַן װוּנד; -
און ביטערע טרערן, און זודיקע טרײנען
באָנעצן מײַן מאָגערען מיטאַג, מײַן ברױט, -
עס װערגט מיך, איך קען ניט מער עסען, איך קען ניט!
אָ, שרעקליכע פּראַצע! אָ, ביטערע נױט!

'ס דערשײַנט מיר די שאַפּ מיטאָגצײַטשטונדע
אַ בלוטיגע שלאַכטפֿעלד, װען דאַרט װערד גערוט:
אַרום און אַרום זע איך ליגן הרוגים,
עס לאַרעמט פֿון ד'ערד דאָס פֿאַרגאָסנע בלוט...
אײן װײַלע, און באַלט װערד געפּױקט אַ טרעװאָגע,
די טױטע דערװאַכן, עס לעבט אױף די שלאַכט,
עס קעמפֿן די טרופּעס פֿאַר פֿרעמדע, פֿאַר פֿרעמדע,
און שטרײַטן, און פֿאַלן, און זינקן אין נאַכט.

איך קוק אױף דעם קאַמף־פּלאַן מיט ביטערן צרהן,
מיט שרעק, מיט נקמה, מיט העלישער פּײַן; ―
דער זײגער, יעצט הער איך אים ריכטיק, ער װעקט עס;
“אַ סוף צו די קנעכטשאַפֿט, אַ סוף זאָל עס זײַן!”
ער מינטערט אין מיר מײַן פֿאַרשטאַנד, די געפֿילן,
און װײַזט װי עס לױפֿן די שטונדן אַהין;
אַן עלנטער בלײַב איך, װי לאַנג איך װעל שװײַגן,
פֿאַרלאָרן, װי לאַנג איך פֿאַרבלײַב װאָס איך בין...

דער מענטש װעלכער שלאָפֿט אין מיר, הײבט אָן דערװאַכן,
דער קנעכט, װעלכער װאַכט אין מיר, שלאָפֿט דאַכט זיך אײַן; ―
אַצינד איז די ריכטיקע שטונדע געקומען!
אַ סוף צו דעם עלנט, אַ סוף זאָל עס זײַן!...
נאָר פּלוצלינג ― דער װיסטל, דער באָס ― אַ טרעװאָגע!
איך װער אָן דעם שׂכל, פֿאַרגעס, װוּ איך בין, ―
עס טומלט, מען קאַמפֿט, אָ, מײַן איך איז פֿאַרלאָרן, ―
איך װײס ניט, מיך אַרט ניט, איך בין אַ מאַשין... .



Pagina principale CCG

Segnalate eventuali errori nei testi o nei commenti a antiwarsongs@gmail.com




hosted by inventati.org