Lingua   

בײַ מיר ביסטו שיין

Shloyme Sekunda [Sholom Secunda] / שלום סעקונדאַ
Lingua: Yiddish


Shloyme Sekunda [Sholom Secunda] / שלום סעקונדאַ


כ´וויל דיר זאָגן, דיר גלײַך צו הערן
אַז דו זאָלסט מיר ליבע דערקלערן
ווען דו רעדסט מיט די אויגן
וואָלט איך מיט דיר געפֿלויגן וווּ דו ווילסט
ס´אַרט מיך ניט אָן.
ווען דו האָסט אַ ביסל שׂכל
און ווען דו ווײַזט דײַן קינדערשן שמייכל
ווען דו ביסט ווילד ווי אינדיאַנער
ביסט אפֿילו אַ גאַליציאַנער
זאָג איך: דאָס אַרט מיך ניט

בײַ מיר ביסטו שיין‎,‎
בײַ מיר האָסטו חן‎,‎
בײַ מיר ביסטו דער שיינסטער אויף דער וועלט‏‎.‎
בײַ מיר ביסטו גוט‎,‎
בײַ מיר האָסטו "איט‎",‎
בײַ מיר ביסטו טײַערער פֿון געלט‎.‎
פֿיל שיינע מיידעלעך האָבן שוין געוואָלט נעמען מיר‎,‎
און פֿון זיי אַלע אויסגעקליבן האָב איך נאָר דיך‎.‎

װען דו זאָלסט זײַן שװאַרץ װי אַ טאָטער‎,‎
װען דו האָסט אױגן װי בײַ אַ קאָטער‎,‎
און װען דו הינקסט צוביסלעך‎,‎
האָסט קרומע פֿיסלעך‎,‎
זאָג איך: דאָס אַרט מיך ניט‎.‎
און װען דו האָסט אַ נאַרישן שמײכל‎,‎
און װען דו האָסט װײַזתאס שׂכל‎,‎
װען דו ביסט װילד װי אַן אינדיאַנער
אַפֿילו אַ גאַליציאַנער
זאָג איך: דאָס אַרט מיך ניט‎.‎

בײַ מיר ביסטו שײן‎,‎
בײַ מיר האָסטו חן‎,‎
בײַ מיר ביסטו אײנער אױף דער װעלט‎.‎
בײַ מיר ביסטו גוט
בײַ מיר האָסטו יט‎,‎
בײַ מיר ביסטו טײַערער פֿון געלט‎.‎

פֿיל שײנע ײִנגלעך האָבן שױן געװאָלט נעמען מיך
און פֿון זײַן אַלע אױסגעקליבן האָב איך נאָר דיך‎.‎
בײַ מיר ביסטו שײן
בײַ מיר האָסטו חן
בײַ מיר ביסטו אײנער אױף דער װעלט



Pagina principale CCG

Segnalate eventuali errori nei testi o nei commenti a antiwarsongs@gmail.com




hosted by inventati.org