Lingua   

?װער קלאַפּט עס

anonimo
Lingua: Yiddish




װער קלאַפּט דאָ אַזױ שפּעט בײַנאַכט?
בערעלע וואָלינטשיק.
עפֿן, עפֿן, בראָנטשעלע,
איך בין דאָך דײַן קאָכאַנטשיק.

װי קען איך דיר עפֿענען?
כ'האָב מורא פֿאַר דעם טאַטן!
עפֿן, עפֿן, בראָנטשעלע,
ס'װעט דיר גאָר נישט שאַטן.

װי קען איך דיר עפֿענען?
כ'האָב מורא פֿאַר דעם מאַמען!
עפֿן, עפֿן, בראָנטשעלע
און לאָמיר זײַן צוזאַמען.

װער קלאַפּט דאָ אַזױ שפּעט בײַנאַכט?
עס קלאַפּט די געטאָ־הונגער.
עפֿן, עפֿן אַ פּראָװיסאָציעלע,
ס'װעט מיר װערן גרינגער.

װי קען איך דיר עפֿענען?
כ'האָב מורא פֿאַר דעם אַלטן!
עפֿן, עפֿן אַ פּראָװיסאָציעלע,
איך װעט עס גוט באַהאַלטן.

װער קלאַפּט דאָ אַזױ שפּעט בײַנאַכט?
עס קלאַפּט די געטאָ־לײַדן.
דרײַ יאָר אין געטאָ,
איצט מוז מען זיך צעשײדן.



Pagina principale CCG

Segnalate eventuali errori nei testi o nei commenti a antiwarsongs@gmail.com




hosted by inventati.org