Lingua   

מיר לעבן אײביק

Leyb Rozental [Leib Rosenthal] / לײב ראָזענטאַל
Lingua: Yiddish


Leyb Rozental [Leib Rosenthal]  / לײב ראָזענטאַל


מיר לעבן אייביק,
עס ברענט אַ וועלט;
מיר לעבן אייביק,
אָן אַ גראָשן געלט.

און אויף צעפּיקעניש
די אַלע שׂונאים,
וואָס ווילן אונדז פֿאַרשוואַרצן
אונדזער פנים.

מיר לעבן אייביק
אין יעדער שעה!
מיר לעבן אייביק,
מיר זייַנען דאָ!

מיר לעבן אייביק,
עס ברענט אַ וועלט;
מיר וועלן לעבן און דערלעבן,
שלעכטע צייטן איבערלעבן!

מיר לעבן אייביק,
מיר זייַנען דאָ!



Pagina principale CCG

Segnalate eventuali errori nei testi o nei commenti a antiwarsongs@gmail.com




hosted by inventati.org